אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ייד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 47:
כאטש אז דער אידישע רעליגיע האט זיך שוין אנגעהויבן צו אנטוויקלן ביי די אבות און טייל [[מצוות]] איז שוין דאן געגעבן געווארן פון באשעפער, ווי [[ברית מילה]] דורך אברהם אבינו, דער פארבאט צו עסן [[גיד הנשה]] דורך [[יעקב אבינו]] און נאך פארשידענע מצוות ווי [[שבת]] למשל, וואס די אידן האבן געהיטן נאך איידער [[מתן תורה]], איז אבער דער אידישע רעליגיע מיט אלע אירע געבאטן און איינצעלהייטן געגעבן געווארן פאר די אידן ביי מתן תורה דורך [[משה רבינו]] נאכדעם וואס די אידן זענען ארויס פון מצרים. דאן, ביים זאגן 'נעשה ונשמע', אזויווי עס שטייט אין דער תורה, האט דאס אידישע פאלק פאקטיש אנגענומען די תורה און מצוות און זיך פולקאם פארבינדן דערמיט עס שטרענג אפצוהיטן און לערנען.
 
עס שטייט אין דער תורה - וואס איז איבערגעגעבן געווארן פון טאטע צו זון, און פון זיידן צום אייניקל - אז צוויי חדשים נאכדעם וואס די אידן זענען ארויס פון מצרים, זענען איבער זעקס הונדערט טויזנט אידן (נישט אריינגערעכנט פרויען אין קינדער) געשטאנען ביים בארג [[הר סיני|בארג סיני]], און משה רבינו איז געשטאנען אויפן בארג צווישן פייער, און האבן געהערט און געזען זייער א הויכע קול פון באשעפער וואס האט זיי געזאגט די ווערטער פון די ערשטע צוויי דברות פון די [[עשרת הדברות]] - 'אנכי ה' אלקיך' און 'לא יהיה לך אלקים אחרים', נאכדעם האט משה פון צווישן די פייער איבערגעזאגט די ווייטערע אכט באפעלן פון די עשרת הדברות וואס ער האט געהערט פון באשעפער. דאן האט משה רבינו אויך באקומען די גאנצע תורה, שבכתב און שבעל פה, מיט אלע אוממצאלליגע פרטים און פרטי פרטים דערין, און דערנאך איבערגעגעבן פארן פאלק וועלכע האבן דאס ווייטער איבערגעגעבן פון דור צו דור, ווען דורכאויס די יארן האט מען דאס אנגעהויבן אראפשרייבן מער און מער, און היינט צוטאגס איז שוין דא אן אוצר פון צענדליגע טויזנטער אידישע ספרים איבער אלע נושאים אין אידישקייט.
 
יארן שפעטער האבן אנדערע פעלקער אויך אנגעהויבן צו גלייבן אז דער באשעפער האט זיך באוויזן אויפן בארג סיני צום אידישן פאלק, (ווי למשל די [[רוימישע אימפעריע|רוימער]] און די פעלקער פון [[אייראפע]] וועלכע האבן אנגענומען דעם קריסטליכן גלויבן, אויך די [[אראבער]] און פעלקער פון די [[מיטל מזרח]] און א טייל פון [[אזיע]] און [[אפריקע]]). היינט צוטאגס גלייבן בערך דריי און א האלב ביליאן מענטשן (60-55% פון וועלט באפעלקערונג) אז דער באשעפער האט זיך באוויזן ביים בארג סיני און געגעבן די תורה פארן אידישן פאלק, און אז משה איז געווען א [[נביא]] פון גאט.
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/ייד"