אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ייד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ ←‏אויבערנאטירליכע קראפט: פארראכטן לינקען
שורה 43:
 
== אידישע אמונה אין רעליגיע ==
די אידישע אמונה און רעליגיע האט זיך אנגעהויבן מיטן גרינדונג פון אידישן פאלק און איז מיט איר מיטגעוואקסן דורכאויס די יארן פון איר אנטוויקלונג. עס האט זיך אנגעפאנגען, ווי עס שטייט אין ספרים, ביי [[אברהם אבינו]], וועלכער האט אליינס איינגעזען און אנערקענט אין איינציגן [[באשעפער]], און אויפגעשאקלט די וועלט באפעלקערונג צו אנערקענען אין גאט וואס האט באשאפן די וועלט נאכדעם וואס די וועלט איז געווען פארקראכן אין [[עבודה זרה]] זייט די צייטן פון [[דור הפלגה]]. עס זענען דא וואס זאגן אז ער האט אפילו געהיטן די [[תורה]] אזויווי עס איז שפעטער געגעבן געווארן פאר זיינע אייניקלעך. די אמונה האט [[אברהם אבינו]] איבערגעגעבן ווייטער פאר זיינע קינדער און איינקלעך - 'כי ידעתיו למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו' <small>(בראשית י"ח, י"ט)</small>.
 
הגםכאטש אז דער אידישע רעליגיע האט זיך שוין אנגעהויבן צו אנטוויקלן ביי די אבות און טייל [[מצוות]] איז שוין דאן געגעבן געווארן פון באשעפער, ווי [[ברית מילה]] דורך [[אברהם אבינו]], דער פארבאט צו עסן [[גיד הנשה]] דורך [[יעקב אבינו]] און נאך פארשידענע [[מצוות]] ווי [[שבת]] למשל, וואס די אידן האבן געהיטגעהיטן נאך איידער [[מתן תורה]], איז אבער דער אידישע רעליגיע מיט אלע אירע געבאטן און איינצעלהייטן געגעבן געווארן פאר די אידן ביי [[מתן תורה]] דורך [[משה רבינו]] נאכדעם וואס די אידן זענען ארויס פון מצרים. דאן, ביים זאגן 'נעשה ונשמע', אזויווי עס שטייט אין דער תורה, האט דאס אידישע פאלק פאקטיש אנגענומען די [[תורה]] און [[מצוות]] און זיך פולקאם פארבינדן דערמיט עס שטרענג אפצוהיטן און לערנען.
 
עס שטייט אין דער תורה - וואס איז איבערגעגעבן געווארן פון טאטע צו זון, און פון זיידן צום אייניקל - אז צוויי חדשים נאכדעם וואס די אידן זענען ארויס פון מצרים, זענען איבער זעקס הונדערט טויזנט אידן (נישט אריינגערעכנט פרויען אין קינדער) געשטאנען ביים בארג [[סיני]], און [[משה רבינו]] איז געשטאנען אויפן בארג צווישן פייער, און האבן געהערט און געזען זייער א הויכע קול פון באשעפער וואס האט זיי געזאגט די ווערטער פון די ערשטע צוויי דברות פון די [[עשרת הדברות]] - 'אנכי ה' אלקיך' און 'לא יהיה לך אלקים אחרים', נאכדעם האט [[משה רבינו|משה]] פון צווישן די פייער איבערגעזאגט די ווייטערע אכט באפעלן פון די [[עשרת הדברות]] וואס ער האט געהערט פון באשעפער. דאן האט [[משה רבינו]] אויך באקומען די גאנצע [[תורה]], שבכתב און שבעל פה, מיט אלע אוממצאלליגע פרטים און פרטי פרטים דערין, און דערנאך איבערגעגעבן פארן פאלק וועלכע האבן דאס ווייטער איבערגעגעבן פון דור צו דור, ווען דורכאויס די יארן האט מען דאס אנגעהויבן אראפשרייבן מער און מער, און היינט צוטאגס איז שוין דא אן אוצר פון צענדליגע טויזנטער אידישע ספרים איבער אלע נושאים אין אידישקייט.
 
יארן שפעטער האבן אנדערע פעלקער אויך אנגעהויבן צו גלייבן אז דער באשעפער האט זיך באוויזן אויפן בארג [[סיני]] צום אידישן פאלק, (ווי למשל די [[רוימישע אימפעריע|רוימער]] און די פעלקער פון [[אייראפע]] וועלכע האבן אנגענומען דעם קריסטליכן גלויבן, אויך די [[אראבער]] און פעלקער פון די [[מיטל מזרח]] און א טייל פון [[אזיע]] און [[אפריקע]]). היינט צוטאגס גלייבן בערך דריי און א האלב ביליאן מענטשן (60-55% פון וועלט באפעלקערונג) אז דער באשעפער האט זיך באוויזן ביים בארג [[סיני]] און געגעבן די [[תורה]] פארן אידישן פאלק, און אז [[משה רבינו|משה]] איז געווען א [[נביא]] פון גאט.
 
דער אידישע רעליגיע, די [[תורה]] און [[מצוות]], איז לויט דער אידישע [[הלכה]] אריינגעבונדן אין דער מהות פון אידישן פאלק, און איינער וואס ווערט געבוירן ביי א אידישע מאמע איז א איד און איז אוטאמאטיש פארבינדן צו דער [[תורה]], נישט קיין חילוק זיינע טעטיגקייטן און וואס ער טראכט און אין וואס ער גלייבט, וועט ער שטענדיג פארבלייבן א איד פארקניפט צו דער [[תורה]]. אזוי אויך איינער וואס איז זיך מגייר, ווערט סיי א טייל פון אידישן פאלק און סיי פארבונדן צו דער אידישער רעליגיע און [[הלכה]], און ער וועט דאס מער קיינמאל נישט קענען אויפגעבן. לויט די אידישע [[הלכה]], אויב איינער איז זיך מגייר אנצונעמען דעם אידישן גלויבן, ווערט ער אויך א פאקטישער איד און א טייל פון אידישן פאלק, און עס נישט מעגליך זיך צו מגייר זיין (לויט'ן [[הלכה]]) כדי צו ווערן א איד, אן אנצונעמען אויף זיך פולקאמערהייט דעם עול [[תורה]].
 
טאקע דערפאר, איז דער עצם עקזיסטענץ פון אידישן פאלק, אנדערש ווי אלע אנדערע פעלקער, שארף אין קעגנזאץ צו סיי וועלכע געדאנק פון [[ראסיזם]] און דאס גלייכן. ווייל אין צייט וואס אין באציאונג צו אנדערע פעלקער, איז דער ארגינאלע באדייט פון א פאלק, פשוט פאקטיש א גרופע מענטשן וועלכע האבן דעם זעלבן אפשטאם און עס איז בלויז ממשיך דורך געבורט, איז אבער אנדערש דאס אידישע פאלק וועלכע טוט נישט אויסשליסן אזעלכע וואס זענען נישט דירעקט געבוירן אידיש, וויבאלד איר עצם מהות איז איר אמונה און רעליגיע, דערפאר טאמער סיי ווער איז זיך ריכטיג מגייר אנצונעמען דעם אידישן גלויבן, ווערט ער אויך ממש א טייל פון אידישן פאלק. און פון א אידישן שטאנדפונקט, ווערט ער באטראכט ווי נאכאמאל פון פריש געבוירן, דענסמאל אין אידישן פאלק אריין, אזש מען באציהט זיך צו אים ווי צו א ריכטיגער אייניקל פון [[אברהם אבינו]].
 
== אויבערנאטירליכע קראפט ==
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/ייד"