אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ייד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ ←‏אויבערנאטירליכע קראפט: פארראכטן לינקען
שורה 58:
דער מהות פון א איד, ווי עס ווערט ערקלערט אין פארשידענע מקורות, איז אז ער שלאגט זיך כסדר מיטן אויסערליכן נאטור פון דעם אלוועלטליכן באשאפונג וואס טוט פארדעקן דער פאקט אז גאט האט איר באשאפן און אז גאט איז דער נאכאנאנדער איינציגער און אויסשליסליכער בעל-הבית אויף דער וועלט. פון א אידישן שטאנדפונקט, האט גאט אויסדערוועלט דעם אידישן פאלק אז זיי זאלן צוברענגען די גאנצע וועלט צו א מצב וואס לאזט נישט איבער א ספק פאר קיין שום באשעפעניש, אז דער באשעפער פון דער וועלט פירט דער וועלט לויט זיין ווילן און ער איז נישט אפהענגיק אין די נאטורליכע געזעצן וואס ער האט באשאפן. אין א געוויסן זין האט דער באשעפער צוגעטיילט פארן איד א טייל פון זיך אליין, דאס הייסט א געטליכער קראפט פון באשעפער וואס איז העכער און שטארקער פון נאטור (א יודישע נשמה - חלק אלוקי ממעל). דערפאר האט גאט געגעבן פאר די אידן די [[תורה]] און [[מצווה|מצוות]] (וועלכע ווערן אויך גערעכנט ווי א טייל פון באשעפער אליין וויבאלד עס טוט ארויסברענגען גאט'ס ווילן אויף אונזער וועלט), אז די אידן זאלן דאס היטן און זיך באשעפטיגן דערמיט מיט א געטרייהייט און איבערגעגעבענהייט. און דורכדעם וועט דערגרייכט ווערן דער ציהל, סיי ביי דער איד וואס טוט זיך באשעפטיגן דערמיט און סיי טוט דאס באאיינפלוסן דער גאנצער באשעפעניש, אז עס זאל אנערקענט ווערן אז דער באשעפער געוועלטיגט איבער דער נאטור.
 
די [[תנ"ך]] איז פיל מיט אומצאלליגע איבערנאטורליכע געשעענישן וואס איז געשען מיטן אידישן פאלק, צווישן אנדערע אויך אזעלכע געשעענישן וואס איז געהערט און געזעהן געווארן אלוועלטליך אדער אין ריזיגע טיילן פונעם וועלטליכן באפעלקערונג, ווי צום ביישפיל, [[קריעת ים- סוף]] און [[מתן- תורה]]. דער [[רמב"ן]] שרייבט<ref>שמות י"ג, ט"ז</ref> אז דער ציהל פון אזעלכע איבערנאטירליכע געשעענישן איז צו פארשטארקערן דער אמונה אין איינציגן באשעפער אז ער געוועלטיגט איבער דער נאטור אן קיין גרעניץ.
 
אזוי אויך טרעפט מען אין [[תנ"ך]] פילע איבערנאטירליכע פאסירונגען ביי מענטשן פין אידישען פאלק וועלכע האבן געדינט גאט מיט א געטרייהייט, און אויך אז זיי האבן פאראויסגעזאגט גרויסע זאכן וואס וועלן געשען (נבואה איז געווען שייך אויך ביי נישט-אידן, אבער ביי אידן טרעפט מען דאס אפילו אן קיין נבואה, ווי צום ביישפיל, ביי [[דניאל]]<ref>תלמוד בבלי מגילה, דף ג ע"א</ref>). אנגעהויבען פון די אבות, אברהם, יצחק און יעקב, און ווייטער מיט די אידן וואס זענען ארויס פון מצרים מיט משה-רבינו, און די וואס זענען אריין אין ארץ-ישראל און ווייטער אראפ. שפעטער אויך אין די [[גמרא]] און אין [[רשימה פון מדרשים|מדרש]] און אזוי אויך אין [[זוהר]] זעט מען פארשידענע איבערנאטורליכע זאכן וואס האט פאסירט ביי גאט-פארכטיגע אידן. דאס ווייזט אויף די אויבערנאטירליך קראפט וואס דער באשעפער האט געגעבן פאר אידן וואס טוען זיך באשעפטיגן מיט [[תורה]] און [[מצווה|מצוות]] כדי צו דערגרייכן דעם אויבנדערמאנטען ציהל.
 
פארשידענע איבערנאטורליכע געשעענישן האבן זיך אפגעשפילט אויך ווייטער אין די שפעטערע דורות ביי [[צדיק|צדיקים]] און גרויסע לייט, ווי עס ווערט באשריבן אין פילע ספרים. און ווי עס ווערט איבערגעגעבן דורך אן א שיעור עדות וועלכע געדענקען עס אדער האבן עס געהערט פון אזעלכע וואס געדענקען, נאך ממש ביז אריין אין אונזער דור.
 
דער פאקט אז גאר אסאך מענטשן - פון אנדערע פעלקער - גלייבן אין [[מתן תורה]], איז א אומגעווענליכע זאך. דאס ווייזט אויף די איבערנאטורליכקייט און העכערקייט פון די תורה און פון אידישען פאלק, אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו.
שורה 68:
אויך ערקעלערט מען מיט דעם, אז דאס איז די סיבה אז דאס אידישע פאלק האלט זיך אין [[גלות]] אזוי לאנג, אפילו זיי זענען צושפרייט צווישן פילע פעלקער אין אזויפיל לענדער אין דער גאנצער וועלט און זיי האבן זיך שוין אנגעליטן אזויפיל צרות און אן א שיעור גזירות רעות און שרעקליכע פארפאלגונגען דורכאויס די יארן. ווייל אזוי לאנג ווי זיי האלטן זיך אן מיט תורה און מצוות, טוט דער איבערנאטורליכע קראפט זייערע זיך שטארקן איבער די נאטורליכע תוצאות פון אזא שרעקליכען גלות.
 
אין משך פון די יארן זענען אידן געטאנצן אין פייער און אין וואסער על [[קידוש ה']], נישט אויפצוגעבן זייער אידישן גלויבן. מען האט עס געזען אפילו ביי אידן וואס האבן נישט אפגעהיטן די תורה, אבער ווען מען האט זיי געצווינגען צי לייקענען אין דער [[תורה]] האבן זיי זיך ענדערש געלאזט מען זאל זיי פייניגן און הרגענען. אין ספרים<ref>ספר התניא, ליקוטי אמרים פרק י"ח</ref> ווערט ארויסגעברעגט אז דאס איז נאך א באווייז אז א איד האט אין זיך א חלק פון באשעפער אליינס ('אידישע נשמה') וואס אויף דעם בויעט זיך זיין גאנצער עקזיסטענץ. און אפילו עס דערקענט זיך נישט אן אין עם אין געווענליכע אוממשטענדן, אבער ווען עס קומט צו א מצב וואס דעגרונטעוועט צו זיין פינטל, דאס הייסט ביי א מצב פון [[מסירותמסירת נפש]], דאן לאזט עס עם נישט לייקענען אין באשעפער און אין דער [[תורה]].
 
אויך איז מערקווירדיג, אז אפילו ביי אידן וואס היטן נישט די תורה זעט מען אז זיי האבן אין זיך עפעס וואס ציהט צו גרויסקייט און העכערקייט. ווי [[למשל]] אז 25% פין די וועלט ערפינדונגען איז דורך אידן; און אויך אז זיי זענען אין הויכע פאזיציעס ביי רעגירונגען. און לויט ווי טייל זאגן איז דאס ווייל ער האט אין זיך א העכערן קראפט, און אנשטאט עס צו נוצן אין [[תורה]] און [[מצווה|מצוות]], נוצט ער עס אויף ערדישע זאכן.
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/ייד"