אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ייד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
זיי מבטל רי-ווערסיע 502940 פון 24.103.27.210 (רעדן)
שורה 24:
[[יוסף|יוסף הצדיק]], דער זון פון [[יעקב אבינו|יעקב]], פארנעמט אויך א פלאץ צווישן די גרינדער פון כלל ישראל. וויבאלד ער האט געגרינדעט צוויי שבטים, [[אפרים]] און [[מנשה]], וועלכע ווערן פאררעכנט גלייך אויף גלייך מיט די אנדערע שבטים, די ברידער פון יוסף, דעריבער איז ער אין דעם הינזיכט פונקט ווי זיין פאטער יעקב. און נישט נאר כלפי די אייניקלעך פון אפרים און מנשה, נאר אפילו אן אנדערע, פון סיי וועלכע אנדערע שבט, קען זיך דערקלערן אלס אן אפשטאמיגער פון יוסף הצדיק און עס וועט נישט פאררעכנט ווערן אלס א ליגנט<ref>תלמוד בבלי ברכות דף נה ע"ב</ref>.
 
===אנטוויקלונג אלס פאלק אין מצרים===
אין יאר ב'רל"ח האט זיך יעקב אבינו מיט זיין גאנצער פאמיליע אריבערגעצויגן פון [[כנען]] קיין [[מצרים]] וואו זיי האבן זיך באזעצט אינעם פראווינץ [[גושן]]. אין מצרים האט זיך די משפחה פאראייניגט נאכדעם וואס יוסף איז שוין דארט געווען זייט צוויי און צוואנציג יאר פריער און האט שוין געהאט דארט צוויי זין. צוזאמען זענען זיי דעמאלט געווען זיבעציג פערזאן. אין לויף פון די קומענדע יארן זענען זיי זיך צואוואקסן אויף גאר א שנעלע ראטע, פארפלייצנדיג דעם גאנצן געגנט פון גושן מיט שווערע טויזנטער, ביז אז ביי [[יציאת מצרים]], זענען זיי שוין געווען גענוג גרויס אין צאל צו קענען ווערן אנגערופן א פאלק. נאכדעם וואס [[משה רבינו]] האט זיי ארויסגעפירט פון [[מצרים]] אין יאר ב'תמ"ח האבן זיי זיך געציילט אויף אריבער זעקס הונדערט טויזנט, אריינרעכנענעדיג בלויז מענער צווישן צוואנציג און זעכציג יאר אלט.
 
===די אנטוויקלונג אין ארץ ישראל===
אין יאר ב'תפ"ט באלד נאך וואס זיי האבן צוזאמען מיט [[משה רבינו]] באזיגט די פעלקער אויף מזרח זייט פונעם [[טייך ירדן]], האט זיי [[יהושע בן נון]] אריינגעפירט קיין [[כנען]], און איבערגענומען דאס לאנד פון די זעקס פעלקער וואס זענען אויסגערעכנט אין די [[תורה]] אז זיי האבן זיך דארט געפונען. אנגעהויבן האבן זיי מיט [[יריחו]], נאכפאלגנדיג מיט פילע אנדערע שטעט ווי זיי האבן אפגעהאלטן וואונדערליכע זיגן איינע נאך די אנדערע. ביז פערצן יאר שפעטער, אין יאר ב' תק"ג, האבן זיי שוין געהאט איינגענומען דאס מערהייט פונעם לאנד, און עס איז שוין געווען איינגעטיילט אויף צוועלף עקסטערע פראווינצן, פאר יעדן שבט זיינע אייגענע שטעט און זיין באזונדערע ווירטשאפט. צוויי און א האלב שבטים האבן זיך איינגעארדנט אויפן מזרח'דיגן זייט פונעם ירדן, און די איבעריגע ניין און האלב שבטים אויפן מערב'דיגן זייט. דאס גאנצע לאנד צוזאמען האט דאן באקומען דעם נאמען '[[ארץ ישראל|'''ארץ ישראל''']]'.
 
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/ייד"