אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ייד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 15:
אין יאר ב'תפ"ט באלד נאך וואס זיי האבן צוזאמען מיט [[משה רבינו]] באזיגט די פעלקער אויף מזרח זייט פונעם [[טייך ירדן]], האט זיי [[יהושע בן נון]] אריינגעפירט קיין [[כנען]], און איבערגענומען דאס לאנד פון די זעקס פעלקער וואס זענען אויסגערעכנט אין די [[תורה]] אז זיי האבן זיך דארט געפונען. אנגעהויבן האבן זיי מיט [[יריחו]], נאכפאלגנדיג מיט פילע אנדערע שטעט ווי זיי האבן אפגעהאלטן וואונדערליכע זיגן איינע נאך די אנדערע. ביז פערצן יאר שפעטער, אין יאר ב' תק"ג, האבן זיי שוין געהאט איינגענומען דאס מערהייט פונעם לאנד, און עס איז שוין געווען איינגעטיילט אויף צוועלף עקסטערע פראווינצן, פאר יעדן שבט זיינע אייגענע שטעט און זיין באזונדערע ווירטשאפט. צוויי און א האלב שבטים האבן זיך איינגעארדנט אויפן מזרח'דיגן זייט פונעם ירדן, און די איבעריגע ניין און האלב שבטים אויפן מערב'דיגן זייט. דאס גאנצע לאנד צוזאמען האט דאן באקומען דעם נאמען '[[ארץ ישראל|'''ארץ ישראל''']]'.
 
דורכאויס די קומענדע עטליכע הונדערט יאר זענען זיי געווען געפלאגט פון פילע מלחמות מיט די ארומיגע פעלקער, ווי [[עמון]], [[ארם]] און [[פלישתיםפלשתים]]. זיי האבן נישט פארמאגט קיין קעניג נאר אנשטאט זענען געווען די '[[שופטים]]' וועלכע האבן נישט געהאט קיין פולקאמע אויטאריטעט אויפן פאלק. ביזן יאר ב'תתפ"ב ווען [[שמואל הנביא]] האט געזאלבט [[שאול המלך]] פון [[שבט בנימין]] אלס דער ערשטער קעניג איבערן גאנצן פאלק ישראל. צוויי יאר שפעטער, ב'תתפ"ד, איז [[דוד|דוד בן ישי]], שאול'ס אן איידעם, ברייט באקאנט געווארן איבערן לאנד אלס דער צוקונפטיגער קעניג, נאכן געזאלבט ווערן דורך שמאול אויף גאט'ס באפעל. עטליכע מאנאטן דערויף איז שאול אומגעקומען אין א מלחמה מיט די פלישתים און דאן האט דוד איבערגענומען די מלוכה, צוערשט אין חברון, בלויז אויף זיין אייגן [[שבט יהודה]], און זיבן יאר שפעטער איז ער געווארן קעניג איבערן גאנצן פאלק, אויף אלע שבטים. דעמאלט איז ער אריבער קיין '[[ירושלים]]' וואס איז פארוואנדלט געווארן אלס דער הויפטשטאט פון ארץ ישראל.
 
[[דוד המלך]] האט געלעבט און איז געווען קעניג ביז דריי און דרייסיג יאר שפעטער, און דורכאויס זיין קעניגרייך האט זיך ארץ ישראל פיל אויסגעברייטערט, נאכדעם וואס ער איינגענומען און אנעקסירט פיל טעריטאריע פונעם דערנעבנדיגן ארם. דערנאך האט געקעניגט זיין זון [[שלמה]], וועלכער האט אויפגעבויט דעם '[[בית המקדש]]' אין ירושלים. אין זיין צייט איז דאס פאלק געווען ברום המעלות, ער האט געוועלטיגט איבער פילע פעלקער און לענדער, און די גאנצע וועלט איז געווען באצויבערט פון זיין אויסערגעווענליכן קלוגשאפט און פארשטאנד. נאך זיין טויט האט זיך דאס פאלק צוטיילט, בלויז די שבטים יהודה און בנימין זענען פארבליבן מיט [[רחבעם בן שלמה]], און די איבעריגע צען שבטים האבן זיך אפגעטיילט און געקרוינט [[ירבעם בן נבט]] אלס קעניג אין [[שומרון]]. זינט דאן זיי טאקע פארבליבן אלס איין פאלק, אבער מיט צוויי באזונדערע קעניגרייכן, '''[[מלכות יהודה]]''' און '''[[מלכות ישראל]]'''.
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/ייד"