אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ייד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 68:
 
== נאמען איד ==
* אידן ווערן אנגערופן מיט אסאך נעמען, סיי אין דידער [[תורה]] און סיי היסטאריש. די פאלגענדע איז א טיילווייזע ליסטע.
 
=== אידישראל ===
* דאס איז דער ערשטער נאמען פון אידישן פאלק, און איז דער מערסט ארגינאלע נאמען. דאס איז די זעלבע וואס אין [[ענגליש]] רופט מען Israelite. דער [[תנ"ך]] באניצט זיך הויפטזעכליך מיט דעם נאמען. וויבאלד ביי [[יעקב אבינו]] - ישראל, האט זיך פאקטיש אנגעהויבן דאס געבוי פון אידישן פאלק און 'אלע' זיינע זון האבן אנטוויקלט דאס פאלק 'ישראל', דערפאר איז דאס פאלק פארבליבן מיט זיין נאמען. יעקב האט באקומען דעם נאמען 'ישראל' נאכדעם וואס ער האט זיך געשטארקט אויף דעם שר (מלאך) פון עשו, ווי עס שטייט אין דער [[תורה]]. דער באדייט פון 'ישראל' איז ישר - אל, באהערשט אל, זיך געשטארקט אויף דעם מלאך. אויך טוט דאס ווארט אפשפיגלען דער גענויער מהות פון אידישן פאלק, אז דורך זייערע מעשים טוען זיי מאנעוורירן אויפן הימלישן השפעה צו דער וועלט, וויבאלד דער עקזיסטענץ פון וועלט איז געוואנדן אין די קיום המצוות פון פאלק 'ישראל', בראשית - בשביל ישראל שנקראו ראשית.
* דאס שטאמט פון דאס נאמען [[יהודה]] פון וואס עס איז געווארן [[יהודי]] אין [[לשון הקדוש]], וואס מען רופט היינט [[איד]] אין [[אידיש]], און Jew אין [[ענגליש]] (זעט אויבן).
:דער נאמען 'ישראל' ווערט אויך באנוצט מיט פארשידענע צוגעבונגען, וואס טוט צומאל צוברענגען א באזונדערע באדייט. דאס רעכנט אריין: 'בני ישראל' - באנוצט בעיקר אין דער תורה, 'כלל ישראל' - בעיקר באנוצט ווען מען באציהט זיך צום כלליות פון פאלק און באדייט אויך איר אייגנארטיקייט, 'כנסת ישראל' - דער נשמה פון אידישן פאלק, איר גייסטיגן כאראקטער.
 
=== יעקב ===
* זיי ווערן אסאך מאל אזוי אנגערופן אין דער תורה, נאך דער זיידע יעקב, דער גרונדער פון אידישן פאלק, אזויווי 'ישראל'. דער חילוק צווישן 'יעקב' און 'ישראל' איז, ווי עס שטייט אין ספרים, אז 'יעקב' באווייזט אויף א קליינליכקייט (קטנות), און דאס נוצט מען צו באטיטלען די אידן ווען זיי זענען אויף א קליינע מדריגה, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות. ווידעראום 'ישראל' ווייזט אויף גרויסקייט (גדלות), און מיט דעם באטיטלט מען זיי אין א גרויסע מדריגה.
 
=== עברי ===
* ביז [[יציאות מצרים]] האט מען זיי בעיקר אזוי אנגערופן און זיי ווערן אזוי דערמאנט אין דער [[תורה]]. דאס איז די זעלבע וואס מען רופט אין [[ענגליש]] Hebrew. דער תרגום טייטשט אויף 'עבריים', 'יהודיתא', אידן. דאס שטאמט פון דעם וואס [[אברהם אבינו]] איז געקומען פון די אנדערע זייט טייך, און דערפאר האבן אים די [[כנען|כנעניים]] גערופן 'עברי', דאס מיינט אריבער די זייט. טייל זאגן אז דער נאמען נעמט זיך פון [[עבר]], [[שם|שם בן נח]]'ס אייניקל, פון וועלכער אברהם איז געווען אן אפשטאמיגער, און דער נאמען האט זיך אנגעקלעבט בלויז אין אים און נישט אין קיין אנדערע קינדער פון עבר, וויבאלד ער איז געגאנגען אין זיינע וועגן און נאר ער האט ממשיך געווען די אמונה אין גאט אזויווי ער האט געלערנט פון שם און עבר.
* דאס שטאמט פון דאס וואס [[אברהם אבינו]] איז געקומען פון די אנדערע זייט טייך, און די [[כנען|כנעניים]] האבן אים גערופען [[עברי]], עס ווערט דערמאנט אין די [[תורה]]. דאס איז די זעלבע וואס מען רופט אין [[ענגליש]] Hebrew.
 
=== ישראלאיד ===
* דאס איז דער נאמען וואס איז היינט אין באנוץ. דאס איז וואס מען רופט אין ענגליש Jew. ארגינעל איז עס אין [[לשון הקודש]] 'יהודי' און 'יהודיים' און דורכאויס די יארן איז עס געווארן אויף אידיש '''יוד''' (און '''ייד''') אדער '''איד'''. דער נאמען טרעפט מען אויך אין תנ"ך, ווי אין [[ספר דניאל]] און אין [[מגילת אסתר]]. דאס נאמען 'יהודי' שטאמט פון [[יהודה]] וועלכער איז געווען דער צענטראלע שבט פון אידישן פאלק. לכתכילה האט מען בלויז די מענטשן פון שבט יהודה אזוי אנגערופן, אזויווי די אנדערע שבטים וואס מען האט יעדעם גערופן אויפן נאמען פון זיין שבט, אבער נאכדעם וואס די [[עשרת השבטים]] זענען פארטריבן געווארן פון [[ארץ ישראל]] און שבט יהודה איז פארבליבן (און שפעטער צוריקגעקומען פון גלות בבל) אלס די מערהייט מיט בלויז א מינאריטעט פון אנדערע שבטים, האט זיך דער נאמען אנטוויקלט אויפן גאנצן פאלק. און אויך אויפן נאמען פון [[מלכות יהודה]] פון וואס דאס גאנצע איבערגעבליבענע פאלק איז געווען א טייל, נאכן [[גלות]] פון [[מלכות ישראל]].
* דאס ווערט דערמאנט אין די [[תורה]] און קומט פון דעם וואס אידן זענען אייניקלעך פון [[יעקב אבינו]] וואס ווערט אויך אנגערופען ישראל. דאס איז די זעלבע וואס אין [[ענגליש]] רופט מען Israelite.
:חז"ל זאגן, אז דער נאמען 'יהודי' רופט מען אזוי א איד וואס לייקנט אין [[עבודה זרה]] און איז 'מודה' אין איינציגן גאט. אויך שטייט אין ספרים אז עס איז א לשון פון לויבן, וויבאלד דער באשעפער האט אויסגעוועלט דעם אידישן פאלק אים צו לויבן, און דאס איז דער מהות פון א איד, צו אנערקענען אין גאט און אים שטענדיג צו לויבן.
 
== באפעלקערונג ==
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/ייד"