אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ישראל"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
טאַגן: וויזועלער רעדאקטירונג מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 54:
דער ערשטער קעניג פון די יידן אין ארץ ישראל איז געווען [[שאול]], אין יאר [[ב'תת"ן]] {{קליין|(בערך)}}. נאך שאול האבן [[דוד המלך]] און [[שלמה המלך]] געהערשט איבער דער פאראייניגטער מלוכה. אין די טעג פון דעם מלך [[רחבעם]], זון פון שלמה המלך, האט זיך די מלוכה צעשיידט: רחבעם איז געבליבן מלך איבער [[מלכות יהודה]], וואס האט איינגעשלאסן די טעריטאריעס פון די שבטים יהודה און בנימין, און [[ירבעם בן נבט]] האט געהערשט איבערן ניי געגרינדעטע [[מלכות ישראל]], וואס האט איינגעשלאסן די טעריטאריעס פון די אנדערע שבטים, וואס מען רופט די "צען שבטים".
 
דערדי גרינדונג פון מדינת ישראל אין יאר [[ה'תש"ח]] איז געווען דורך יידן וואס שטאמען אממערסטנס פון [[שבט_יהודהשבט יהודה]] און איז אויפגעשטעלט געווארן, און גרעסטן טייל, צווישן די גרעניצן פון דידעם היסטארישעהיסטארישן [[ארץ_ישראלארץ ישראל]].
 
דער [[רמב"ם]] שרייבט<ref>הלכות מלכים ומלחמות פרק י"א הלכה ד</ref> אז דער פולקאמער צוריקקער און אויפבוי פון דער יידישער מלוכה אין [[ארץ ישראל]] וועט צושטאנד קומען דוקא דורך א מאן פון [[בית_דוד]] וואס וועט זיך פירן אין די וועגן פון [[דוד המלך]], דאס הייסט ער וועט דינען גאט און זיך באשעפטיגן אין [[תורה]]. טאמער וועט ער מצליח זיין אז דאס גאנצע יידישע פאלק זאל זיך פאראייניגן אונטער עם און ער וועט איינעמען ארץ ישראל און צוריקקערן 'אלע' יידן קיין ארץ ישראל און ער וועט פירן מלחמות מיט די ארומיגע פעלקער און זיי אלע באזיגן און אזוי אויך וועט ער אויפבויען דער [[בית המקדש]], דעמאלטס וועט מען וויסן אויף זיכער אז גאט האט עם אויסגעוועלט צו זיין דער ממשיך פון מלכות בית דוד. דאס אלעס איז דערווייל נאכנישט צושטאנד געקומען, דערפאר זענען גלויביגע יידן נישט איינשטימיג אז דער היינטיגער מדינת ישראל איז דער ווידער אויפבוי פון דער יידישע מלוכה אין ארץ ישראל, און זיי זאגן נאכאלץ ביים דאווענען 'ולירושלים עירך ברחמים תשוב'.