אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ייד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 28:
== אידישע אמונה אין רעליגיע ==
 
די אידישע אמונה און רעליגיע האט זיך אנגעהויבן מיטן גרינדונג פון אידישן פאלק און איז מיט איר מיטגעוואקסן דורכאויס די יארן פון איר אנטוויקלונג. עס האט זיך אנגעפאנגען, ווי עס שטייט אין ספרים, ביי [[אברהם אבינו]], וועלכער האט אליינס איינגעזען און אנערקענט אין איינציגן באשעפער, און אויפגעשאקלט די וועלט באפעלקערונג צו אנערקענען אין גאט וואס האט באשאפן די וועלט נאכדעם וואס די וועלט איז געווען פארקראכן אין [[עבודה זרה]] זייט די צייטן פון [[דור הפלגה]]. עס זענען דא וואס זאגן אז ער האט אפילו געהיטן די [[תורה]] אזויווי עס איז שפעטער געגעבן געווארן פאר זיינע אייניקלעך. די אמונה האט [[אברהם אבינו]] איבערגעגעבן ווייטער פאר זיינע קינדער און איינקלעך - 'כי ידעתיו למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו' <refsmall> ספר (בראשית י"ח, י"ט)</refsmall>.
 
הגם אז דער יודישעאידישע רעליגיע האט זיך שוין אנגעהויבן צו אנטוויקלן ביי די אבות און טייל [[מצוות]] איז שוין דאן געגעבן געווארן פון באשעפער, ווי [[ברית מילה]] דורך [[אברהם אבינו]], דער פארבאט צו עסן [[גיד הנשה]] דורך [[יעקב אבינו]] און נאך פארשידענע [[מצוות]] ווי [[שבת]] למשל, וואס די יודןאידן האבן געהיט נאך איידער [[מתן תורה]], איז אבער דער יודישעאידישע רעליגיע מיט אלע אירע געבאטן און איינצעלהייטן געגעבן געווארן פאר די יודןאידן ביי [[מתן תורה]] דורך [[משה רבינו]] נאכדעם וואס די אידן זענען ארויס פון מצרים. דאן, ביים זאגן 'נעשה ונשמע', אזויווי עס שטייט אין דער תורה, האט דאס יודישעאידישע פאלק פאקטיש אנגענומען די [[תורה]] און [[מצוות]] און זיך פולקאם פארבינדן דערמיט עס שטרענג אפצוהיטן און לערנען.
 
עס שטייט אין דער תורה - וואס איז איבערגעגעבן געווארן פון טאטע צו זון, און פון זיידן צום אייניקל - אז צוויי חדשים נאכדעם וואס די יודןאידן זענען ארויס פיןפון מצרים, זענען איבער זעקס הונדערט טויזנט יודןאידן (נישט אריינגערעכנט פרויען אין קינדער) געשטאנען ביים בארג [[סיני]], און [[משה רבינו]] איז געשטאנען אויפן בארג צווישן פייער, און האבן געהערט און געזען זייער א הויכע קול פון באשעפער וואס האט זיי געזאגט די ווערטער פון די ערשטע צוויי דברות פון די [[עשרת הדברות]] - 'אנכי ה' אלקיך' און 'לא יהיה לך אלקים אחרים', נאכדעם האט [[משה רבינו|משה]] פון צווישן די פייער איבערגעזאגט די ווייטערע אכט באפעלן פון די [[עשרת הדברות]] וואס ער האט געהערט פון באשעפער. דאן האט [[משה רבינו]] אויך באקומען די גאנצע [[תורה]], שבכתב און שבעל פה, מיט אלע אוממצאלליגע פרטים און פרטי פרטים דערין, און דערנאך איבערגעגעבן פארן פאלק וועלכע האבן דאס ווייטער איבערגעגעבן פון דור צו דור, ווען דורכאויס די יארן האט מען דאס אנגעהויבן אראפשרייבן מער און מער, און היינט צוטאגס איז שוין דא אן אוצר פון צענדליגע טויזנטער יודישעאידישע ספרים איבער אלע נושאים אין יודישקייטאידישקייט.
 
יארן שפעטער האבן אנדערע פעלקער אויך אנגעפאנגןאנגעהויבן צו גלייבן אז דער באשעפער האט זיך באוויזן אויפן בארג [[סיני]] צום יודישןאידישן פאלק, (ווי למשל די [[רוימישע אימפעריע|רוימער]] און די פעלקער פון [[אייראפע]] וועלכע האבן אנגענומען דעם קריסטליכן גלויבן, אויך די [[אראבער]] און פעלקער פון די [[מיטל מזרח]] און א טייל פון [[אזיע]] און [[אפריקע]]). היינט צוטאגס גלייבן בערך דריי און א האלב ביליאן מענטשן (60-55% פון וועלט באפעלקערונג) אז דער באשעפער האט זיך באוויזן ביים בארג [[סיני]] און געגעבן די [[תורה]] פארן יודישןאידישן פאלק, און אז [[משה רבינו|משה]] איז געווען א [[נביא]] פון גאט.
 
דער יודישעראידישע רעליגיע, די [[תורה]] און [[מצוות]], איז לויט דער יודישעאידישע [[הלכה]] אריינגעבונדן אין דער מהות פון יודישןאידישן פאלק, און איינער וואס ווערט געבוירן ביי א יודישעאידישע מאמע איז א יודאיד און איז אוטאמאטיש פארבינדן צו דער [[תורה]], נישט קיין חילוק זיינע טעטיגקייטן און וואס ער טראכט און אין וואס ער גלייבט, וועט ער שטענדיג פארבלייבן א יודאיד פארקניפט צו דער [[תורה]]. אזוי אויך איינער וואס איז זיך מגייר, ווערט סיי א טייל פון יודישןאידישן פאלק און סיי פארבונדן צו דער יודישעראידישער רעליגיע און [[הלכה]], און ער וועט דאס מער קיינמאל נישט קענען אויפגעבן. לויט דערדי יודישעאידישע [[הלכה]], אויב איינער איז זיך מגייר אנצונעמען דעם יודישןאידישן גלויבן, ווערט ער אויך א פאקטישער יודאיד און א טייל פון יודישןאידישן פאלק, און עס נישט מעגליך זיך צו מגייר זיין (לויט'ן [[הלכה]]) כדי צו ווערן א יודאיד, אן אנצונעמען אויף זיך פולקאמערהייט דעם עול [[תורה]].
 
טאקע דערפאר, איז דער עצם עקזיסטענץ פון אידישן פאלק, אנדערש ווי אלע אנדערע פעלקער, שארף אין קעגנזאץ צו סיי וועלכע געדאנק פון [[ראסיזם]] און דאס גלייכן. ווייל אין צייט וואס אין באציאונג צו אנדערע פעלקער, איז דער ארגינאלע באדייט פון א פאלק, פשוט פאקטיש א גרופע מענטשן וועלכע האבן דעם זעלבן אפשטאם און עס איז בלויז ממשיך דורך געבורט, איז אבער אנדערש דאס אידישע פאלק וועלכע טוט נישט אויסשליסן אזעלכע וואס זענען נישט דירעקט געבוירן אידיש, וויבאלד איר עצם מהות איז איר אמונה און רעליגיע, דערפאר טאמער סיי ווער איז זיך ריכטיג מגייר אנצונעמען דעם אידישן גלויבן, ווערט ער אויך ממש א טייל פון אידישן פאלק. און פון א אידישן שטאנדפונקט, ווערט ער באטראכט ווי נאכאמאל פון פריש געבוירן, דענסמאל אין אידישן פאלק אריין, אזש מען באציהט זיך צו אים ווי צו א ריכטיגער אייניקל פון [[אברהם אבינו]].
 
== אויבערנאטירליכע קראפט ==
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/ייד"