אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אשכנזים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
מ פארבעסערט שפראך
שורה 1:
'''אַשכנזים''' זיינען [[ייד]]ן, וואָס שטאַמען פֿון דער צענטראַל־ און מזרח־[[אייראָפּע]]. די אַשכנזישע קולטוראַלע מסורות האָבן זיך פאָרמירט אין מיטל־עלטעריש [[דײַטשלאַנד]] (אַשכנז) און אויך אין [[פראַנקרייך]] (צרפת). זינט [[19טער י"ה|19טן יאָר־הונדערט]] ביז היינט צו טאָג זיינען די אַשכנזים די גרעסטע עטנישע גרופּע יידן.
 
== דער נאָמען "אַשכנז" ==
מיט דעם וואָרט "אַשכנז" האָט מען אין מיטל־עלטערער ליטעראַטור באַצייכענט אַלע דײַטשיש־ריידנדיקע לענדער, און אַזוי האָבן די יידן, וואָס האָבן אין די דאָזיקע שטחים געוואוינט, באַקומען זייער נאָמען. די דײַטשע אַשכנזים (אַשכנז א) האָבן דעם נאָמען איבערגעטראָגן אויף מזרח, צוזאַמען מיט זיין קולטור.<ref name=Weinreich73/><ref name=Katz98/>
 
לכתחילה איז "אַשכנז" געווען אַ נאָמען פֿון אַ [[תנ"ך|תנ״כישער]] פּערזענלעכקייט און אַ פאָלק. אין [[ספר בראשית]] איז אַשכנז איינער פֿון די זין פֿון [[גומר]], דעםדער זון פֿון [[יפת]]נס.
 
== שפּראַכן ==
דאָס רוב אַשכנזים פלעגן ריידן [[יידיש]] פאַר דער [[צווייטע וועלט מלחמה|צווייטער וועלט מלחמה]]. היינט ריידן זיי בדרך־כלל אַנדערע שפּראַכן ([[ענגליש]], [[רוסיש]] וכדומה) אין לענדער פֿון [[גלות]] און מאָדערנעם [[העברעאיש]] אין [[מדינת ישראל]], הגם דאָס יידיש איז נאָך די שפּראַך פֿון פרומע קרייזן און אויך פֿון עלטערע מעטנשן. אין מערב־אייראָפּע האָבן די אַשכנזים אויפגעהערט צו נוצן יידיש אַפילו פריער, אונטער דער השפּעה פֿון [[השכלה]].<ref name=Weinreich73/>
 
פאַרן יידיש פלעגן די (פּרע־)אַשכנזים באַנוצן [[לעזיש]]ע שפּראַכן אין מערב־אייראָפּע, בעת די יידן אין סלאַווישע לענדער ([[כנען (מיטל־עלטערישע לענדער)|כנענים]]), וואָס זיינען שפּעטער אַסימילירט געוואָרן דורך אַשכנזים, האָבן גערעדט אַפּנים סלאַווישע שפּראַכן.<ref name=Weinreich73/><ref name=Jacobs05/><ref name=Wexler87/> לויט די טעאָריעס פֿון [[הירשע דוד קאַץ]] האָטהאָבן טייל אַשכנזים אינעם [[מיטל־עלטער]] גערעדט אַן אַנדער דײַטשיש־באַזירטע שפּראַך (אזוי גערופענע "בני־הית", אַריינגערעכנט יידישע ישובים אין [[לותיר]] <ref name=Weinreich58/>) און יידיש גופא איז אָנהויב גערעדט געוואָרן תחילת אין דרום־מזרחדיק דײַטשלאַנד, וואו די יידן האָבן פריער באַנוצט [[אַראַמיש]] אַלץ זייער טאָגטעגלעכע שפּראַך.<ref name=Katz85/><ref name=Katz91/> (חוץ דעם, עטלעכע אַנדערע מחברים האַלטן, אַז יידיש איז יאָ געבאָרן געוואָרן אויף [[דוניי]] ברעגן.<ref name=King92/><ref name=Eggers98/>)
 
== אורשפּרונג ==