אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מאקאווע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Removing Link FA template (handled by wikidata)
אין תקציר עריכה
שורה 40:
בשעת דער נאצי שלאנג איז דארטן אריינגעקומען האבן דארטן געוואוינט אומגעפער 270 [[ארטאדאקס]]ישע [[פאמיליע]]'ס, וואס איבער 60 [[פראצענט]] דערפון האבן איבערגעלעבט דעם [[חורבן אייראפע|קריג]].
 
נאכן [[חורבן אייראפע|קריג]] האבן זיך אסאך יידן צוריקגעקערט אהין און ווייטער ממשיך געווען צו וואוינען דארט ביז א צען צוואנציג יאר שפעטער.
 
== יידישע ערטער אין מאקעווע ==
{{coord|46|13|01|N|20|28|59|E|type:city}}
 
די יידישע קווארטל וואו די יידן האבן געוואוינט פאר און נאך די [[חורבן אייראפע|קריג]], איז פארבליבן גאנץ ביז היינט צוטאגס, די הייזער זענען אומבארירט און די גאסן קוקן אויס די זעלבע, נאר די איינוואוינער האבן זיך געטוישט.
 
די אלטע שטאטישע שול שטייט נאך צוזאמען מיט אלע צוגעהערן דערין. די ארון קודש, בימה, טישן, בענק, שטענדערס, אלעס געפונט זיך דארט אויפן ארגינעלן ארט און עס ווערט נאך פון צייט צו צייט באנוצט דורך יידישע באזוכער. עס איז געווען אין מאקעווע א באזונדערע שול וואו די חסידים פלעגן דאוונען, אבער פון דעם איז נאר פארבליבן די רויע געביידע און פון אינעווייניג איז עס שוין אינגאנצן פארטוישט.
 
עס זענען דא אין מאקעווע דריי יידישע בתי חיים, איינס איז גאר אלט און היסטאריש נאך פון הונדערטער יארן צוריק. אין די נייע בית החיים איז די אוהל פון ר' משה פארהאנד, דער מחבר ספר אהל משה, רב אין מאקעווע ביזן [[חורבן אייראפע|קריג]]. אויך איז דארט דער אוהל פון ר חיים יהודה דייטש אב"ד מאקעווע, מחבר ספר באר יהודה.
 
[[קאַטעגאָריע:שטעטלעך אין אונגארן]]