אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מלכות יהודה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 12:
אין יאר [[ה'תש"ח]] (1,871 יאר נאכ'ן חורבן בית שני) האבן א גרויסער טייל יידן וואס שטאמען פון [[שבט יהודה]] אויפגעשטעלט אין [[ארץ ישראל]] אן אייגענע און זעלבסטשטענדיגע [[מדינה]] מיט דער הסכמה פון די '[[פאראייניגטע פעלקער]]'. אבער דערווייל זענען נאך די גרעניצן נישט ענדגילטיג באשטעטיגט און אנערקענט געווארן און זיי זענען נאך פארמישט אין פארשידענע אמפערייען מיט ארומיגע שכנים און מיט פילע אראבער וועלכע וואוינען אין ארץ ישראל. אזוי אויך האבן זיי נישט געבויעט דער דריטער [[בית המקדש]].
 
דער [[רמב"ם]] שרייבט אז די פולקאמע צוריקקער און אויפבוי פון דער יידישער מלוכה אין [[ארץ ישראל]] וועט צושטאנד קומען דוקא דורך א מאן פון [[בית דוד]] וואס וועט זיך פירן אין די וועגן פון [[דוד המלך]], דאס הייסט ער וועט דינען גאט און זיך באשעפטיגן אין [[תורה]]. טאמער וועט ער מצליח זיין אז דאס גאנצע יידישע פאלק זאל זיך פאראייניגן אונטער עם און ער וועט מצליח זיין צו איינעמען ארץ ישראל און צוריקקערן אלע יידן קיין ארץ ישראל און ער וועט פירן מלחמות מיט די ארומיגע פעלקער און זיי באזיגן, דעמאלטס וועט מען וויסן אויף זיכער אז גאט האט עם אויסגעוועלט צו זיין דער ממשיך פון מלכות בית דוד. דאס אלעס איז דערווייל נאכנישט צושטאנד געקומען, דערפאר זענען גלויביגע יידן נישט איינשטימיג אז דער היינטיגער יידישע מדינה אין [[ארץ ישראל]] איז אדער [[גאולה]]ווידער אויפבוי פון מלכות יהודה און זיי זאגן נאכאלץ ביים דאווענען 'ולירושלים עירך ברחמים תשוב'.
 
היינט זיינען דא פארשידענע דעות צו מען דארף בויען דער דריטער בית המקדש און שטעלן [[סנהדרין]] אדער נישט. אבער דערווייל איז עס נישט נוגע ווייל אין די יעצטיגע אומשטענדן איז אוממעגליך צו בויען דער בית המקדש. די אראבער זיצן אויפן [[הר הבית]] אויף גאר א שטארקן פארנעם, געאגראפיש און פאליטיש, זיי זענען דארט גאר שטארק אקטיוו, קוים וואס מען קען זיך ערלויבן צו רירן דארט א שטיינדל, ווער רעדט נאך פון בויען א בנין און נאכדערצו דער [[בית המקדש]].