אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פאריז"

358 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 6 יאָר
קיין רעדאקטירונג רעזומע
מ
דער [[סיין]] טייך פליסט אדורך דעם עלטסטן טייל פון פאריז. ארום פאריז געפינען זיך א סך וועלדער.
 
פאריז איז געגרינדעט געווארן אינעם 3טן יארהונדערט פאר דער ציווילער רעכענונג דורך א [[קעלטן|קעלטישן פאלק]], די פאריזיאי, פון וועמען די שטאט האט איר נאמען. אינעם 12טן יארהונדערט איז פאריז געווען די גרעסטע שטאט אין דער מערב־וועלט, א בליענדיקער האנדל־צענטער, און דער היים פונעם [[אוניווערסיטעט פון פאריז]], איינער פון די ערשטע אוניווערסיטעטן אין אייראפע. אינעם 18טן יארהונדערט, איז פאריז געווען די הויפט ארט פון דער [[פראנצויזישע רעוואלוציע|פראנצויזישער רעוואלוציע]], און זייט דעמאלסט איז פאריז א וויכטיקער צענטער פון [[פינאנץ]], [[האנדל]], [[מאדע]], וויסנשאפט און די קונסטן, און אויך דער צענטער פון [[פאליטיק]] און [[פארקער]].
 
דער [[איל-דע-פראנס|פאריזער ראיאן]] האט א [[ברוטא אינלענדישער פראדוקט]] פון €612 ביליאן (ריכטיק פאר 2012), וואס איז מער ווי 30 פראצענט פונעם ברוטא אינלענדישן פראדוקט פון גאנץ פראנקרייך, און אזוי ווערט ראנגירט פון די פינף רייכסטע ראיאנען פון אייראפע. פאריז איז דער באנקירן און פינאנץ צענטער פון פראנקרייך, און דארט געפינען זיך די הויפטקווארטירן פון 30 פירמעס אינעם [[פארטון גלאבאל 500]].
אין פאריז געפינט זיך דער מערסט־באזוכטער [[קונסט מוזיי]] אין דער וועלט, די [[לואוורע]], ווי אויך אנדערע מוזייען. ארכיטעקטורישע אנדענקפונקטן אין פאריז שליסן איין דעם [[נאטרע דאמע קאטעדראל]] און דעם [[אייפל טורעם]]. אין 2014 האבן 22.4 מיליאן טוריסטן באזוכט פאריז, די שפיץ פון אלע טוריסטן צילן. פאריז איז אויך באקאנט פאר [[מאדע]] און [[רעסטאראן|רעסטאראנען]]. מערסטן פון די הויפט אוניווערסיטעטן אין פראנקרייך געפינען זיך אין פאריז, ווי אויך די צייטונגען ''[[לע מאנד]]'', ''[[לע פיגארא]]'' און ''[[ליבעראשיאן]]''.
 
פאריז איז א וויכטיקער באן, שאסיי און לופט־טראנספארט קנופ, באדינט דורך די צוויי אינטערנאציאנאלע פליפעלדערף [[פאריז-שארל דע גאל פליפארט|פאריז-שארל דע גאל}} און {{פאריז-ארלי פליפארט|פאריז-ארלי}}. די [[פאריז מעטרא]], וואס האט געעפנט אין 1900, האט א לענג פון 200 ק"מ און באדינט 9 מיליאן פאסאזשירן טאג טעגלעך. פאריז איז דער קנופ פונעם נאציאנאלן שאסיי נעצווערק, און איז ארומגענומען מיט דריי ארום־שאסייען.
 
פאריז איז דער צענטער פונעם פראנצויזישן [[עקאנאמיע]], [[פאליטיק]], [[פארקער]] און [[קולטור]].
 
דעם פאריזער מעטרא האט מען געבויט אין 1900 און האט א לענג פון 200 ק"מ.
 
אויך האט פאריז צוויי [[פליפעלד]]ער.
 
אויפ'ן בילד קען מען זען דעם באקאנטן [[אייפעל טורעם]].
 
== היסטאריע ==
79,502

רעדאקטירונגען