אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פאריז"

244 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 6 יאָר
קיין רעדאקטירונג רעזומע
פאריז איז געגרינדעט געווארן אינעם 3טן יארהונדערט פאר דער ציווילער רעכענונג דורך א [[קעלטן|קעלטישן פאלק]], די פאריזיאי, פון וועמען די שטאט האט איר נאמען. אינעם 12טן יארהונדערט איז פאריז געווען די גרעסטע שטאט אין דער מערב־וועלט, א בליענדיקער האנדל־צענטער, און דער היים פונעם [[אוניווערסיטעט פון פאריז]], איינער פון די ערשטע אוניווערסיטעטן אין אייראפע. אינעם 18טן יארהונדערט, איז פאריז געווען די הויפט ארט פון דער [[פראנצויזישע רעוואלוציע|פראנצויזישער רעוואלוציע]], און זייט דעמאלסט איז פאריז א וויכטיקער צענטער פון [[פינאנץ]], [[האנדל]], [[מאדע]], וויסנשאפט און די קונסטן.
 
דער [[איל-דע-פראנס|פאריזער ראיאן]] האט א [[ברוטא אינלענדישער פראדוקט]] פון €612 ביליאן (ריכטיק פאר 2012), וואס איז מער ווי 30 פראצענט פונעם ברוטא אינלענדישן פראדוקט פון גאנץ פראנקרייך, און אזוי ווערט ראנגירט פון די פינף רייכסטע ראיאנען פון אייראפע. פאריז איז דער באנקירן און פינאנץ צענטער פון פראנקרייך, און דארט געפינען זיך די הויפטקווארטירן פון 30 פירמעס אינעם [[פארטון גלאבאל 500]].
 
 
 
 
פאריז איז דער צענטער פונעם פראנצויזישן [[עקאנאמיע]], [[פאליטיק]], [[פארקער]] און [[קולטור]].
79,486

רעדאקטירונגען