אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שניאור קאטלער"

18 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 5 יאָר
קיין רעדאקטירונג רעזומע
 
==לעבנסגעשיכטע==
שניאור קאטלער איז געבוירן געווארן אין [[סלוצק]], [[ליטע]], אין תרע"ח, צו זיין פאטער הרב [[אהרן קאטלער]] און זיין מוטער חיה פייגא, א טאכטער פון הרב [[איסר זלמן מעלצער]], שטאטס רב און ראש ישיבה. זיין פאטער איז געווען א [[מגיד שיעור]] אין דער בישיבה.
 
ווען ער איז געווען אלט 23 איז ער געווארן א חתן אין [[קאוונע]] צו רישל, טאכטער פון הרב אריה מלכיאל פרידמאן. צוליב דער מלחמה וואס איז דעמאלסט אויסגעבראכן איז ער אנטלאפן פון ליטע קיין [[ארץ ישראל]], צו לערנען אין דער [[ישיבת חברון|חברונער]] ישיבה. ער איז געבליבן זיבן יאר אין ארץ ישראל. אין יענע יארן האט ער געלערנט מיט זיין זיידן, הרב [[איסר זלמן מעלצער]], וואס איז געווען ראש ישיבה פון דער [[עץ חיים|עץ חיים ישיבה]] אין [[ירושלים]], און מיטן [[יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק|בריסקער רב]]. זיין כלה רישל איז אנגעקומען אין [[שאנכיי]]. ווען די פליטים אין שאנכיי האבן באקומען וויזעס פאר די [[פאראייניגטע שטאטן]], איז אויך רישל אנגעקומען דארט, וואו זיי האבן חתונה געהאט.
78,314

רעדאקטירונגען