אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אידנטום אין כינע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ פוילישער האט באוועגט בלאט אידישקייט טשיינאַ צו אידנטום אין כינע אן לאזן א ווייטערפירונג
אין תקציר עריכה
שורה 7:
ביים אנהייב פונעם 20סטן יארהונדערט זענען טויזנטער יידישע פליטים פון דער [[רוסישע רעוואלוציע|רוסישער רעוואלוציע]] געקומען קיין כינע, און אויך ביי דער [[צווייטע וועלט-מלחמה|צווייטער וועלט-מלחמה]].
 
== לאקאלע קהילההיסטאריע ==
 
דh ערשטער יידן זענען אייגנטלעך געקומען פון [[איראן]] אָדער [[אינדיע]] קיין כינע דור דער [[זיידן גאס]] שוין אין דער צייַט פון דער [[טאנג דינאסטיע]], אין דעם 7טן אדער [[8טער י"ה|8טן]] יאָרהונדערט.
ארכעאלאגישע עדות'שאפט צייגן אז אידן האבן שוין געוואוינט אין כינע פאר איבער 1,000 יאר צוריק. די ערשטע כינעזישע אידן זענען אנגעקומען פון די פערסישע לענדער און די רעגירונג האט זיי צוגעטיילט די שטאט [[קייפענג]] אלס זייער וואוין ארט. דאקומענטן פון יענע צייטן ווייזן קלאר אז די אידישע געמיינדע האט געציילט ארום 1,300 מענטשן. די אידן האבן באלד געבויט א שול וועלכע איז פארבליבן די שטאטישע שול פאר דורות שפעטער. די אידן האבן באקומען צונעמען מיט וועלכע מען האט זיי באצייכענט. לויט ווי מען זעט קלאר האבן זיי געהאט זיבן אפיציעלע נעמען, געוואנדן לויט די צייטן. די זיבן נעמען זענען געווען: איי, לאו, דזשין, לי, שי, זהאנג, און זהאו. עס זענען נאך היינט פאראן אסאך דאקומענטן פון יענע צייטן וועלכע ליגן אין מוזייען וועלכע האבן אויף זיך אלע זיבן צונעמען.
 
די אידישע באפעלקערונג אין קייפענג האט געהאט שווערע צייטן אנצוהאלטן די אמונה אין די ערשטע 100 יאר ווייל די שטאט איז גענוצט געווארן דורך די רעגירונג אלס אן אימיגראנטן שטאט אין וועלכע עס זענען אויך אריינגעזעצט געווארן מוסולמענער און קריסטן (להבדיל). די קריסטן האבן געציילט זייער גרויסע נומערן און האבן געהאט די השפעה אויף דער גאנצער שטאט. זיי האבן איינגעשטעלט צענדליגער מיסיאנערן וועלכע האבן באפאלן די אידן און זיי פארטיילט ביכער פון כפירה וועלכע האט אראפגעברענגט הונדערטער אידן פון אידישן וועג. די קייפענג אידן זענען געווארן אויסגעשלאסן פון דער אידישער וועלט און די וועלט האט אינגאנצן פארגעסן אז עס געפינען זיך אידן אין כינע. אין די אנפאנג 1900 יארן האבן די אמעריקאנער אידן צוריקגעמאכט קאנטאקט מיט די כינעזער אידן און האבן עטליכע מאל געוואלט אראפשיקן א דעלעגאציע קיין כינע נאר יענע צייטן האבן עס אוממעגליכט. בעפאר די וועלט קריגן האבן מער אידן אנגעהויבן אימיגרירן קיין כינע און האבן זיך באזצעט אין דער פינאנציעלער שטאט [[שאנכיי|שאנכאי]]. ווי נענטער עס איז געווארן צו דער קריג און נאכמער נאך דער [[ערשטער וועלט קריג]] האט די אימיגראציע זיך געדאפלט און דעגרייכט איבער 30,000 מענטשן. רוב פון די פליטים זענען געקומען פון די בריטישע קאלאניעס, [[האנג קאנג]], מיטל מזרח און פון אינדיע. נאך א שטארקער שטופ צו אימיגרירן איז געווען א פארט אפמאך וועלכע כינע האט דעמאלט אויסגעפירט און מיט דעם אויפגעלעבט די האפן שטעט און געברענגט פרישע האנדל. אסאך פון די פליטים קיין כינע האבן באקומען הילף פון אמעריקאנער אידישע ארגאניזאציעס וועלכע האבן געטאן וואס מעגליך צו ראטעווען אידן פון דער ברענענדיגער אייראפע.
 
די גרעסטע גרופע פון אימיגראנטן קיין שאנכאי איז געווען ביים אנהויב פון דער צווייטער וועלט קריג ווען 25,000 אידן וועלכע האבן זיך געוואלט ראטעווען פון [[נאצי דייטשלאנד|נאצי-דייטשלאנד]] זענען אנגעקומען קיין שאנכאי. רוב פון די פליטים זענען געקומען מיט שיפן אויפ'ן וואסער ביז אין 940' ווען איטאליע האט אריינגעטרעטן די קריג און די וואסערן זענען פארוואנדעלט געווארן אין מיליטערישע באזעס וואו עס איז אוממעגליך געווען דורכצופארן. אבער אפילו דעמאלט זענען נאך אלס געקומען פרישע אידן קיין כינע דורך [[רוסלאנד]] ביז אין 1941 ווען דייטשלאנד האט אינוואדירט רוסלאנד. אלע 25,000 וויזעס זענען ערלעדיגט געווארן דורך דער [[חסידי אומות העולם|חסיד אומות העולם]] דר. [[האו פענג שאן]], כינע'ס קאנסול־גענעראל אין [[וויען]]. כינע האט געראטעוועט מער אידן פון די נאציס ווי [[קאנאדע]], [[אויסטראליע]], [[ניו זילאנד]], [[דרום אפריקע]] און [[אינדיע]] צוזאמען. צווישן 939' און 946' זענען ערשינען מער ווי 50 אידישע נייעס בלעטער און זשורנאלן געשריבן אין דייטש, פויליש, און אידיש. נאכן קריג זענען ווייניג פון די פליטים פארבליבן אין כינע און האבן אימיגרירט קיין [[ארץ ישראל]], קאנאדע, ניו זילאנד, אויסטראליע, און צו די [[פאראייניגטע שטאטן]]. אבער נאך אלץ זענען געבליבן אידן צושפרייט. ווען די קאמוניסטן האבן געהויבן די הענט האבן די רעשטלעך אויך אפגעטראגן. דער ערשטער צענזוס פון דער קאמוניסטישע רעגירונג אין 953' האט געוויזן אז נאר 2 אידן האבן נאך דעמאלט געוואוינט אין שאנכאי.
 
דhדי ערשטער יידן זענען אייגנטלעך געקומען פון [[איראן]] אָדער [[אינדיע]] קיין כינע דור דער [[זיידן גאס]] שוין אין דער צייַט פון דער [[טאנג דינאסטיע]], אין דעם 7טן אדער [[8טער י"ה|8טן]] יאָרהונדערט.
די כינעזער האבן זיי גערופן די "בלוי היטל מוסולמער".