אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "כינע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 393:
 
== אידן אין כינע ==
{{הויפט ארטיקל|אידנטום אין כינע}}
ארכעאלאגישע עדות'שאפט צייגן אז אידן האבן שוין געוואוינט אין כינע פאר איבער 1,000 יאר צוריק. די ערשטע כינעזישע אידן זענען אנגעקומען פון די פערסישע לענדער און די רעגירונג האט זיי צוגעטיילט די שטאט [[קייפענג]] אלס זייער וואוין ארט. דאקומענטן פון יענע צייטן ווייזן קלאר אז די אידישע געמיינדע האט געציילט ארום 1,300 מענטשן. די אידן האבן באלד געבויט א שול וועלכע איז פארבליבן די שטאטישע שול פאר דורות שפעטער. די אידן האבן באקומען צונעמען מיט וועלכע מען האט זיי באצייכענט. לויט ווי מען זעט קלאר האבן זיי געהאט זיבן אפיציעלע נעמען, געוואנדן לויט די צייטן. די זיבן נעמען זענען געווען: איי, לאו, דזשין, לי, שי, זהאנג, און זהאו. עס זענען נאך היינט פאראן אסאך דאקומענטן פון יענע צייטן וועלכע ליגן אין מוזייען וועלכע האבן אויף זיך אלע זיבן צונעמען.
 
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/כינע"