אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פאראײניגטע שטאטן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
all info is now kept in Wikidata
שורה 63:
=== די מלחמה פאר זעלבשטענדיגקייט ===
 
אזוי ווי ענגלאנד איז פאקטיש געווען דער בעל הבית אויף דער טעראטאריע האט זיך פרובירט דאס אויסניצן מאקסימום. דער דעמאלטסדיגער ענגלישער קעניג [[דזשארזשגעארגג דער דריטער]] האט ארויפגעלייגט שווערע שטייערן אויף די איינוואוינער. די איינוואוינער האבן פארלאנגט אז אזוי ווי זיי זענען א חלק פונעם ענגלישער קעניגרייך זאלן זיי קענען וועעהלן א פארטרעטערשאפט אין דעם ענגלישן פארלאמענט וואס זאל זיך אננעמען פאר זיי, און נישט דערלאזן די אומיושר'דיגע שטייערן דער קעניג האט זיי דאס נישט געוואלט נאכגעבן. דאס האט געברענגט דערצו אז אין צווייטען העלפט פון 17טן יארהונדערט האט זיך געעפנט א באוועגונט וואס האט זיך געריפען "די אמעריקאנישע [[רעוואלוציע]]" . די מענטשן האבן אנגעהובין פארלאנגען מער פרייהייט, ענגלאנד איז גרייט געווען איהר דאס צו געבן, אזוי אז אין יאר 1763 האבען זיך צוזאמען גענומען דרייצען [[קאלאניע]]ס וואס האבען נישט געוואלט זיין אינטער בריטאניע און אין אפריל 1775 האט די מלחמה אויסגעבראכען פאר [[אומאפהענגיקייט]] אונטער [[גענעראל]] [[דזשארזש וואשינגטאן]] און אין [[4טן יולי]] 1776 האט [[טאמעס זשעפערסאן]] געשריבן די [[דעקלאראציע פון אומאפהענגיקייט]] פאר די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקא.
 
די ערשטע דרייצן לענדער וואס האבן זיך דערקלערט אומ-אפהענגיג און זענען געווארן א חלק פון דער נייער מדינה זענען [[דעלאווער]], [[פענסילוועניע]], [[ניו דזשערסי]], [[דזשארזשיע (שטאט)|דזשארזיע]], [[קאנעטיקעט]], [[מאסאטשוסעטס]], [[מערילענד]], [[דרום קאראליינע]], [[ניו העמפשער]], [[ווירדזשיניע]], [[ניו יארק]], [[צפון קאראליינע]] און [[ראוד איילענד]].
שורה 69:
דער ווידערשטאנד האט זיך צופלאקערט, די ענגלענדער האבן געשיקט אן ארמיי אונטערדריקן דעם ווידערשטאנד, נאך א לאנגער קאמף האבן זיך די ענגלענדער אונטערגעגעבן.
 
די [[מלחמה]] האט אנגעהאלטן ביז [[3טן אויגוסט]] 1782. אום [[3טן סעפטעמבער]] 1783 האט ענגלאנד אונטערגעשריבן א [[שלום]] אפמאך מיט אמעריקא, כאטשיג [[דזשארדזשגעארג דער דריטער]] פון ענגלאנד האט נאך געוואלט אנהאלטן די מלחמה האט ער פארלוירן אין פארלאמענט זיינע שטיצער און מ'האט דורכגעפירט א רעזאלוציע אין פארלאמענט פאר [[שלום]].
 
פון דאן אן האבן די דערמאנטע דרייצן קאלאניעס באקומען א פולקאמע זעלבטשטענדיקייט. דזשארזש וואשינגטאן איז געווען אויסדערוויילט דער ערשטער פרעזידנעט פון די פאראיינגיטע שטאטן.