אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פאראייניגטע קעניגרייך"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
←‏די מאנארכיע: געפוצט; ענדערונג אין ירושה פון דער מלוכה
שורה 298:
די מאנארכיע איז א פאזיציע פאר א מיטגלידער פון די ראיעל פאמיליע אבער קען ערזעצט ווערן דורך די פארלימענט ווי עס האט שוין איינמאל פאסירט אין יאר 701' ווען קעניג סטוארד איז געשטארבן און עס איז נישט געווען ווער עס איבערנעמען דעם טראן.
 
דער טראן ווערט, לויט'ן געזעץ, איבערגעגעבן צום עלטסטן זון ווען זיין טאטע שטארבט. אויב עס איז נישט פאראן קיין זון דאן נעמט איבער די עלטסטע טאכטער, ווי עס איז געווען דער פאל מיט דער קעניגן [[עליזאבעט די צווייטע]] אין יאר 952' ווען איר טאטע ([[דזשארדזשגעארג דער זעקסטער]]) איז געשטארבן אן איבערלאזן קיין זון. אין אזא פאל האט איר מאן (פרינץ פיליפ) גארנישט קיין פריווילעגיעס נאר א טיטל. דער קומענדיגער אויף די רייע איבערצונעמען דעם טראן איז איר עלטסטע זון [[טשארלס, פרינץ פון וויילס|טשארלס]]. אין 2015 האט מען געענדערט דעם געזעץ אז דאס עלצטע קינד ירשנעם דעם טראן, סיי א זון סיי א טאכטער.
 
אלס די אפיציעלע "ראש מלוכה" טוט די מאנארכיע אויסקלויבן די מיניסטארן פאר אלע אפטיילונגען. ספעציעל האט זי די מאכט אין די מיליטערישע ראנגען און יוסטיץ סיסטעם. אבער אין פאקט שטודירט די פארלימענט ווען מען זאל נוצן מיליטערישע קראפט און וויפיל און די מאנארכיע דארף עס נאר באשטעטיגן. די ריכטיגע ארבעט וואס ווערט געטאן דורך די מאנארכיע איז דאס אונטערשרייבן דאקומענטן, שטודירן די ביכער ווען זי וויל, און זיך אפגעבן מיט די אישוס וואס איז נוגע די לעבנס צופרידענהייט פון די בריטישע בירגער. וויבאלד בריטאניע איז א דעמאקראטיע קען די מאנארכיע אויפגעזאגט ווערן אויב די מערהייט פון פארלימענט באשליסט אזוי. למעשה רעספעקטירט יעדער די בריטישע מאנארכיע אפילו אויסערן לאנד. עס איז דא א קליינע גרופע אין סקאטלאנד וואס זענען דערקעגן די מאנארכיע און ווילן ליבערשט א רעפובליק רעגירונג (רוב רעגירונגען אין דער היינטיגער וועלט זענען רעפובליק רעגירונגן. מיר וועלן דאס אפטייטשן ביי א צווייטע געלעגנהייט) אבער מען גיט זיי דערווייל נישט קיין שאנסן.