אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משה פשעווארסקער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 35:
אין איינע פין זיינע באזיכען ביי דעם צדיק האט אמאהל ר' ליבוש מטארניגראד ז"ל דערקענט אויף אים אז ער איז פארזארגט. פרעגנדיג די אורזאך דערפון, האט רבי משה מפשעווארסק זצ"ל אים דערציילט, אז פון ווען ער האט אין א גוטע שעה א שידוך געטוהן מיט זיין טאכטער, וויינט זיין פרוי טאג און נאכט, פארוואס ער זארגט נישט אפילו איר צו אויסשטאפירן. בעהט אים ר' ליבוש, ער זאל זאגן וויפיהל ער דארף, רבי משה קען נישט קיין צורת מטבע און האט נישט קיין אנונג וואס דאס מיינט. רופט מען אריין זיין פרוי און לויט איר וואָרט, ציילט ר' ליבוש אפ דריי הונדערט רענדלעך. "דאס איז פאר די כלה" – קלאגט די פרוי – אבער וואס וועט זיין מיט די קלענערע טאכטער? זי איז דאך שוין אויך אין די יארן און טאג טעגליך קלאפן שדכנים אויף די טיר... ר' ליבוש טראכט נישט קיין סאך און ציילט אפ נאך דריי הונדערט רענדלעך. די פרוי מיט איר מאן רבי משה שטראלן פון פרייד און דער צדיק רופט אויס באגייסטערט:
אין דעם זכות וואס דו האסט ליכטיג געמאכט אונזערע אויגן, זאל דער באשעפער דיר געבן א זוהן וועלכער וועט באלייכטן אלע וועלטן!
די ברכה פון צדיק איז פארווירקליכט געווארן און צום יאהר האט זיין פרוי, מרים, די טאכטער פון טארניגראדער רב זצ"ל, אן אייניקל פון חכם צבי זצוק"ל געבוירן דעם אינגל חיים, וואס איז אין יארן שפעטער געוועהןגעווען דער הייליגער [[חיים האלבערשטאם|צאנזער רב]] זצוק"ל זי"ע – בעל "דברי חיים" און מיט זיין תורה, עבודה וגמילות חסדים באלויכטן אלע וועלטן.
 
[[קאַטעגאָריע:אדמורי"ם]]