אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דוד לעלאווער"

16 בייטן אראפגענומען ,  פֿאַר 7 יאָר
קיין רעדאקטירונג רעזומע
מ (Redaktor האט באוועגט בלאט דוד בידערמאן צו דוד לעלאווער)
אין תקציר עריכה
רבי '''דוד (בהרה"ח ר' שלמה) לעלאווער''' (ה'תק"ו - ז' שבט ה'תקע"ד) איז געוועהןגעווען א תלמיד מובהק פונעם רבי ר' [[אלימלך מליזענסק]], און נאכדעם פון דעם [[יעקב יצחק פון לובלין|חוזה פון לובלין]]. אין זיינע יונגע יארן האט ער זיך נוהג געוועהןגעווען מיט שווערע תעניתים וסיגופים. ער האט מקרב געוועהןגעווען א סך מענטשן צו תורה וחסידות, און ער איז געוועהןגעווען באוואוסט מיט זיין אהבת ישראל, אלעמאהל מלמד זכות געוועהןגעווען אויף אידן. אלע צדיקי הדור האבן אים שטארק מחשיב געוועהןגעווען. דער הייליגע צאנזער רב זצוק"ל האט זיך אויסגעדרוקט אויף רבי דוד'ל מיט גרויס הערצה און חשיבות, און ער האט געזאגט אז "ללוב" – מיינט ל"ו ל"ב, מיינענדיג אז ער האט א ריכטיגע הארץ פאר דעם אויבערשטן, און פאר יודענ'ס וועגן. דער תפארת שלמה (רמזי פורים) ברענגט אז רבי דוד'ל לעלובער ז"ל האט זיך אויסגעדריקט מיט ווייטאג, "ווי קענט איר זאגן אז איך בין א צדיק הדור, אויב איך פיהל נאך א גרעסערע ליבשאפט צו מיינע קינדער ווי צו אנדערע אידן...".
 
ווען די צוויי הייליגע ברידער דער רבי ר' זושא און דער רבי ר' אלימלך זכותם יגן עלינו זענען ארומגעגאנגען גלות ליידן, זענען זיי געוואויר געווארן פון דעם יונגל דוד'ל. זענען זיי געגאנגען אין דעם דארף ביאלא נעבען לעלוב, וואו זיינע עלטערן האבן געוואוינט. אנקומענדיג אין הויז האבן זיי נישט געטראפן דארט קיינעם אויסער דאס קינד דוד'ל און האבן אים געפרעגט וואו איז דיין פאטער? האט ער געענפערט ער איז געגאנגען אין שטאט אריין. און וואו איז דיין מוטער? האט ער געענפערט זי דארף שוין אנקומען. ווען די מוטער איז אנגעקומען אהיים, האבן זיי איר געפרעגט, זאגט אונז די התנהגות פון אייער מאן ווי אזוי ער פירט זיך אויף אין אלגעמיין וואס צוליב דעם האט איר זוכה געוועהןגעווען צו אזא הייליג קינד?
 
האט זי געענפערט, איך זעה נישט ביי אים עפעס ספעציעלס, נאר איין זאך וואס איך טוה בייוואוינען, יעדן שבת נאכמיטאג ביי שלש סעודות ווען ער זינגט דעם זמר "בבואו מאדום" און ווען ער קומט אהן צו דעם חרוז "ויזכו לראות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות" וויינט ער בדמעות שליש און קלאפּט זיך דעם קאפּ אין דער וואנט, און בעהט השי"ת אז ער זאל זוכה זיין צו א לייטיש קינד, אן ערליכער איד, ער וויינט אזוי שטארק ביז ער פאלט אינגאנצען חלשות אז מען מוז אים דערמונטערן...
 
ווען זיי האבן דאס געהערט האבן זיי זיך אנגערופן, יעצט פארשטייען מיר שוין טאקע פארוואס זיי האבן זוכה געוועהןגעווען צו אזא קינד...
 
 
81,681

רעדאקטירונגען