אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סעמיטישע שפראכן"

שפראך־פאמיליע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 07:57, 8 מערץ 2015

סעמיטישע שפּראַכן איז אַ שפּראַך פאַמיליע פאַרשפּרייט אין מיטלן מזרח און צפון און מזרח אַפריקע, אַ צווייג פון אַפראַזיאַטישע שפּראַכן. די מערסטנס פאַרשפּרייטע סעמיטישע שפּראַכן זיינען אַראַביש (בערך 300 מיליאָן ריידערס), אַמהאַריש (22 מיליאָן), טיגריניאַ, עברית (7 מיליאָן ביידע) און מאָדערנער אַראַמיש (550 טויזנט). תנכישער העברעאיש, ווי אויך לשון חכמים און תרגום לשון געהערן צו סעמיטישע שפּראַכן.

די קלאַסיפיקאַציע און פאַרטרעטער פון סעמיטישע שפּראַכן.

דער באַגריף "סעמיטיש", סיי פאַר די לשונות און סיי פאַר די פעלקער וואָס ריידן אויף זיי, שטאַמט פון דעם נאָמען פון שם, נחס זון.

געשיכטע

ס׳זיינען דאָ אַ ריי השערות בנוגע דעם, וואו און ווען די סעמיטישע שפּראַכן זיינען דערשינען.[1] לויט לעצטע אָפּשאַצונגען איז די פּראָטאָ־סעמיטישע שפּראַך אויפגעקומען אויפן שטח פון היינטיקן לעוואַנט בערך 6000 יאָר צוריק. איין צווייג האָט דורכן אַראַבישן האַלבאינדזל דערגרייכט מזרח אַפריקע, וואו זי האָט זיך צעטיילט און געבליט אַלס אַ גרויסע גרופּע: עטיאָסעמיטישע שפּראַכן.[2]

שרשים

דער יסוד פון דער גראַמאַטיק פון סעמיטישע שפּראַכן איז אַ סיסטעם שרשים. אַ שורש באַשטייט בדרך כלל פון דריי קאָנסאָנאַנטן און פאַרשידענע ווערטער ווערן געשאַפן דורך דער כסדרדיקער אָנווענדונג פון משקלים: מוסטערן פון וואָקאַלן און אַפיקסן, וואָס גיבן איבער באַשטימטע באַדייטונגען און אַספּעקטן.[3]

רעפערענצן

  1. Huehnergard J, Rubin AD (2011) Phyla and waves: models of classification of the Semitic languages. Handbücher zur Sprach- und Kommunikationswissenschaft 36: 259–278
  2. Kitchen A, Ehret C, Assefa S, Mulligan CJ (2009) Bayesian phylogenetic analysis of Semitic languages identifies an Early Bronze Age origin of Semitic in the Near East. Proc R Soc Lond B 276: 2703–2710
  3. Gensler OD (2011) Morphological typology of Semitic. Handbücher zur Sprach- und Kommunikationswissenschaft 36: 279–302