עפענען הויפטמעניו

ענדערונגען

1 בייט צוגעלייגט ,  פֿאַר 4 יאָר
קאנאדע איז פון די שטארקסטע שטיצער אין די יונייטעד נעישאנס און שפילט דארט א גרויסע ראלע. אין די געוועזענע יארן האט קאנאדע איינגעשטעלט עטליכע שלום פאליסיס וועלכע האבן איר געגעבן א [[רעפוטאציע]] אלס א לאנד וואס זוכט שלום. די באקאנסטע פון אזא פאל איז געווען ביי די סועז קאנאל קריזיס אין 56' ווען דער דעמאלטדיגער פרעמיער מיניסטער ליסטער פירסאן האט פארגעשטעלט די אינטערנאציאנאלע שלום כוחות וועלכע האט נאך היינט דארט קאנטראל און האט יענעם יאר געוואונען די אינטערנאציאנאלע "נאבעלע שלום פרייז" וועלכע האט אים געגעבן די מעגליכקייט פארשפרייטן שלום אויך אויף אנדערע ערטער.
 
קאנאדע שטיצט די יו-ען אין עטליכע וועגן: זי איז די פערטע גרעסטע פינאנציעלע ביישטייערער, פארנעמט 10 פראצענט פון דער וועלט'ס אינטערנאציאנאלע שלום טרופן, און טוט אסאך פאקטישע ארבעט ווען עס קומט צו שלום מיסיעס. קאנאדע איז נאך געווען פארמישט אין די ערשטע אינטערנאציאנאלע שלום מיסיעס: [[קאשמיר]] אין 48', [[פאלעסטינע]] אין 53', [[קאנגא]] אין 60', און [[ציפערן]] אין 64'. קאנאדע האט אויך שטענדיג געשיקט א צאל טרופן און מיליטערישע געצייג אין יו-ען געשטיצטע קריגן ווי די קארעא קריג (53'-50'), ביי די פערסישע גאלף קריג אין 91', און לעצטענס ביי די אפגאניסטאנער קריג. קאנאדע האט אויך די מלחמות (אחוץ די אפגאניסטאנער קריג) פרובירט צו פארהאלטן דורך פארהאנדלונגען. שטייענדיג הארט פאר די קריג קעגן איראק (ווען די שורות ווערן געשריבן) איז קאנאדע דערווייל קעגן גיין אין קריג אזוי לאנג ווי די יו-ען וועט נישט דורכפירן א רעזאלוציע אז מען קען גיין אין קריג.
 
== היסטאריע ==
72,127

רעדאקטירונגען