אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עלעקטריע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט: zh:電 איז א גוטער אַרטיקל; קאסמעטישע ענדערונגען
שורה 8:
{{הויפט ארטיקל|עלעקטרישער שטראם}}
א שטראם דורך א [[רעזיסטאר]] שאפט א היצונג; [[דזשיימס פרעסקאט דזשול]] האט דאס שטודירט מאטעמאטיש אין 1840.
* [[עלעקטרישער שטראם]] איז א פליסונג פון עלעקטרישער לאדונג. מיט אן עלעקטרישן שטראם פון 1 [[אמפער]], גייט 1 [[קולאמב]] פון עלעקטריע פארביי א געוויסן פונקט אין 1 סעקונדע.
 
* [[וואלטאזש]] איז דער "שטופ" הינטער דעם שטראם, און מעסט די צאל ארבעט אויף איין עלעקטרישער לאדונד וואס דער קוואל קען ווירקען. אז 1 קולאמב פון עלעקטריע האט 1 [[דזשול]] פון ענערגיע, האט ער 1 [[וואלט]] פון עלעקטרישן פאטענציאל.
 
* [[עלעקטרישער קעגנשטעל]] איז די פעאיגקייט פון א סובסטאנץ זיך צו שטעלן קעגן דעם פליסן פונעם שטראם, ד"ה. צו פארמינערן די צאל שטראם וואס פליסט דורכן סובסטאנץ. ווען א וואלטאזש פון 1 וואלט האלט א שטראם פון 1 אמפער דורך א דראָט, איז דער קעגנשטעל פונעם דראט 1 אהם. די ענערגיע וואס ווערט אויסגעניצט ווערט פארוואנדלט אויף היץ, ליכט אא"וו.
 
* [[עלעקטרישע ענערגיע]] איז די ענערגיע פון אן עלעקטרישן שטראם וואס לאזט פועלן עלעקטרישע אביעקטן. עלעקטרישע ענערגיע ווערט "קאנסערווירט", און מען קען זי באוועגן פון איין ארט צום צווייטן. מען מעסט עלעקטרישע ענערגיע אין דזשולן אדער אין קילאוואט־שעה'ן (kW h).
 
* [[עלעקטרישע מאכט]] איז די ראטע פון ניצן אדער שפייכלערן עלעקטרישע ענערגיע. מען מעסט עלעקטרישע מאכט אין [[וואט]]ן.
 
== עלעקטרישע קרייזן ==