אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יידיש-שפראך קינא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט 'דער '''יידיש-שפראכיגע קינא אינדוסטרי''' האט באשאפט עטווא 130 פילמען אין פולער לענגע און נא...'
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 19:07, 20 פֿעברואַר 2015

דער יידיש-שפראכיגע קינא אינדוסטרי האט באשאפט עטווא 130 פילמען אין פולער לענגע און נאך 30 קורצע פילמען וועהרענד די צייט פון אירע הויכסטע פראדוקטיוויטעט, פון ה'תרע"א ביז ה'ת"ש. זייט דעם אנהייב דעס צווייטען ועלט-קריגעס, זינד וייניקע נייע פילמען פראדוצירט.

אם אלול תרע"א האט א יידישער זינגער, א. סמאלענסקי, באגלייטעט א קורצע אויסשטראהלונג פון בעווגענדע בילדער אין מינסק מיט דען ליד "א בריוועלע דער מאמען." לויט עקזיסטירינדע מקורות, דאס איז געווען די בעגין פון קינא אויף יידיש. עהנליכע באנדען שפילטען ארום די תחום-המושב. אם כ"ט אלול האט דער קינא-קונסטלער אלכסנדר הערץ פאטאגראפירט אין ווארשע א פונף-מינוטיקער שטום-פילם, "מאיר יאזעפאביץ", איבער א יונגער מאן וואס פארלאזט זיין פרומע עלטערן צו קעמפפן פאר פוילן. אין תרע"ג האט שמואל גולדשטיין (סידני מ. גאלדין) געמאכט צוויי עהנליכע קורצע פילמען אין אמעריקא. צוויי יידישע פארשטעלונגן זינד געווען פאטאגראפירט און געצייגט אין פוילן אין תרע"ו. נאך דער ערשטע וועלט מלחמה האט גאלדין גערייזט נאך וויען, וואס איז געווארדן דעם הויפשטאט פון יידישער-שפראך שטום-פילם אין די פריהערע תר"ץ-יאהרן. אם תרצ"ג האט ער געפילמט "מזרח און מערב", מיט די יונגע מאלי פיקאן, וואס שפילטע א לעבעדיקע אמעריקאנישע מיידל וואס באזוכט אירע פרומע פארוואנדטען אין גאליציען, און נאך אנדערע. אין פוילן שאפטע לאו פארבערט דריי ערפאלגרייכע יידישע שטום-פילמע: "תקיעת כף" (תרפ"ד), למ"ד-ו"ו" (תרפ"ה) און "אין פוילישע וועלדער" (תרפ"ט).

אין תרפ"ט האט גאלדין א נייע שטודיע געעפנעט אין ברוקלין'ס לאוער איסט סייד. דארט שאפטע ער באלט שפעטער "עד מתי", איין קורצען פילם פון נידריקע קוואליטעט וואס איז דאך געווען דער ערשטער יידישער קלאנג-פילם. גאלדין פראדוצירטע א רייהע פון עהנליכע, ביליגע פילמען, 3,000 דאלאר א שטוק און נאר איין טאג פאר פאטאגראפירען; זי האטן אזולכע שם רע וואס דער יידישער שוישפילער פרבאנד האט פארביטן זיינע מיטגלידער עפעס צו טון מיט דער דירעקטאר. נאר אם תרצ"א האט גאלדין געפינדעט א נייער פינאנציר וואס האט איהם ערמאגליכט מאכן "זיין וייב'ס ליובאווניק", א 20,000-דאלאר ראמאנטישע קאמעדי און דער ערשטער יידיש-שפראכיגער פילם אין פולער לענגע.

אין דעם סאוועטן פארבאנד זינד א סך שטרייפען איבער יידישע תעמען געמאכט געווארדן, ווי אבער נאר איינער יידיש-שפראכיגער פילם אין פולער לענגע: "נתן בעקער פארט אהיים" (תרצ"ב). דער ערשטער יידיש-שפארכיגער קלאנג-פילם אין פוילען איז געווען "על חטא" (תרצ"ה).

אין י"ז תשרי תרצ"ז האט בעגאנן די קורצע גאלדענע עפאכע פון יידיש-שפראך פילמען מיט די פארעפענטליכונג פון "יידל מיטן פידל", איין פילם פון יוסף גרין וואס האט געקאסטט 50,000 דאלאר און איז פאטאגראפירט געווען אין ביליגע פוילן, מיט מאלי פיקאן אין די הויפטראללע. גרין'ס פילם לויפטע אין ביידע שטאטן און דעמעלסט אין גאנץ אייראפע - אפילו אין נאצי דייטשלאנד, ווי די יידן דורפן נישט מעהר די קינאס באזוכן, האט די יידישע קולטור פארבאנד "יידל" אויסגעשטראהלט - ארץ ישראל (מיט העברעישע זינכראניזאציון) און דרום אפריקע. דער אינטערנאציונאלע ערפאלג פון דעם פילם מאטיווירטע רעזשיסאר עדגאר אולמער צו מאכן "גרינע פעלדער" אין ניו יארק, וואס האט געהאט א פרעמיירע אויף ז' חשון תרצ"ח. "גרינע פעלדער" און "יידל מיטן פידל" זינד די ערפאלגרייכסטע אין די געשיכטע פון יידיש-שפראך קינא. איינער זשורנאליסט האט איינגעשעצט וואס "פעלדער" איז גווען באזוכט פון מיליאן מענטשען אין אמעריקא. גרין שאפטע נאך דריי פילמען: "פורים שפילער" (תרצ"ז) , "א בריוועלע דער מאמען" ו"מאמעלע" (ביידע תרצ"ח), אלע געמאכט אין פוילען מיט לאקאלע שוישפילער. אויך אולמער מאכטע נאך דריי: ""יענקל דער שמיד" (תרצ"ח), "די קליאַטשע" (תרצ"ט) ו"אמריקאנער שדכן" (ת"ש). אין תרצ"ז איז ארויסגעקאמן אויך "דער דיבוק" פון רעזשיסאר מיכל ואשינסקי אין פוילן. באזירט אויף ש. אנ-סקי שוישפיל "דער דיבוק", ואשינסקי'ס ווערק איז גרויסטע קונסטלערישע לייסטונג אין די יידיש-שפראך קינא. נאך איינער קונסטלרישע און זייער טיירע פילם איז געווען מאריס שווארץ'ס 70,000-דאלאר "טעוויע" (תרצ"ט). דער לעצטער הויך-קוואליטעט פראדוקציון אין אמעריקא איז געווען דער ווילנער שטאט'ס חזן אין ת"ש.

דער חורבן האט פארניכטעט די גרויסע יידיש-שפראכיגע בעפאלקערונג אין אוסט אייראפע. אין פוילן מאכטען שאול גאסקינד און נתן גראס אין תש"ח צוויי פילמען, "אונדזערע קינדער" ו"מיר לעבן-געבליבענע"; זי זינד נישט געווען אויסגעשטראלט וועגן צענזור פון די נייע קאמוניסטישע מאכטהאבר. אין דען סאוועטן פארבאנד האט די רעגירונג פארפאלגט די יידישע קולטור, און א נייע גענעראציון פון אסימילירטע יונגען האט די שפראך פארלאזען. אריבער דעם אטלאנטישע אוציאן האבן די מיליטערדינסט אין די מלחמה יארן און דער נאכקריגסצייט ווירטאשפטסוונדר אלע עמיגראנטן, אויך די יידן, שטארק אמעריקאניזירט. דער עטנישע קינא אינדוסטרי, וואס האט פראדוצירט שטרייפען אין שפאניש, אוקראיניש און אזוי וייטער האט פארשוונדען, און מיט זי אויך די קליינע יידיש-שפראך ואריאנט. די צוויי לעצטע קאמערציעלע שטרייפען אויף די שפראך האטן געעפנעט אם ג' און ט' שבט תש"י: ""גאט, מענטש און טייוועל" און "האניג מונאט אים קעטסקילס."

אין ישראל, וו יידיש-שפראך פילמען מוזטען האבן איין זינכראניזציאן אויף העברעיש, זינד צוויי שטרייפען גמאכט געווען פאר שנורריי אין אמעריקא: "דאס געצעלט" (תש"י) און "דער טויער איז אפן" (תשי"ט). איין פאר פילמע קומטען אויך שפעטער אויף יידיש: Hester Street (תשל"ה, פאראייניקטע שטאטן), Bruxelles-transit (תשמ"ב, בעלגיע) "די לעצטע ליבע פון לארא אדלער" (ישראל, תר"ן). אין לעצטע יאהרן זינד געמאכט געווען "א געשעפט", "מיין טאטע'ס שטוב" און "ראָמעאָ און יוליאַ אויף יידיש".

נעץ פארבינדונגען