אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יהונתן אייבעשיץ"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 27:
אין [[ה'תע"ה]] האט ער זיך באזעצט אין [[פראג]], [[בעהמען]], וואו ער איז געווארן [[ראש ישיבה]] און א בארימטער [[דרשן]]. די יידן אין פראג האבן געהאלטן פון אים שטארק, א צווייטער נאר צו רבי [[דוד אפנהיים (רב)|דוד אפנהיים]]. דורך זיין השפעה האט מען ווידעראמאל באקומען רשות צו דרוקן א [[ש"ס]] אין פראג, וואס פריער האט דער פויבסט געאסר'ט. אבער דער רעגירונג האבן געפאדערט אז מען טאר נישט ניצן דאס ווארט "תלמוד", און איז זיין ארט האט רבי יהונתן געניצט "הלכות". מ'האט געדרוקט [[מסכת ברכות]] מיטן נאעמן "הלכות ברכות" צוזאמען מיטן [[רא"ש]], [[מהרש"ל]], [[מהרש"א]] און הלכות פונעם [[רמב"ם]], אין יאר תפ"ז. מען האט דורכגעלאזט עטלעכע [[אגדתא]], מיט דער הסכמה פונעם פראגער בית דין אונטער הרב [[דוד אפנהיים]]. ביי די אנדערע מסכתות האט מען אויפגעהערט די ארבעט, ווייל די רעגירונג האט געפאדערט צופיל דורכלאזן.
 
אין תק"א, ווען [[פראנקרייך]] האט איינגענומען פראג, איז הרב יהונתן באשטימט געווארן רב פון [[מיץמעץ]], פראנקרייך, וואו ער האט געדינט אין רבנות ניין יאר.
 
== מחלוקת מיטן יעב"ץ ==