אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אברהם יצחק הכהן קוק"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 5:
== ביאגראפיע ==
 
הרב קוק איז געבוירן אין [[לעטלאנד]] אין יאר תרכ"ה און איז געווען אן אפשטאמיגער פון שטאלצע חסידים און מתנגדים. ער האט געלערנט אין דער [[וואלאזשינער ישיבה]] און האט אנגעקניפט א שטארקע נאנטשאפט מיט דעם [[נצי"ב]]. אין יאר תרמ"ו האט ער חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון פאנאוויזשער רב רבי [[אליהו דוד ראבינאוויטש-תאומים]] דער בעל ה"אדרת". ער האט געדינט אלס רב אין עטליכע שטעט אין [[ליטא]],.
 
אלס בחור נאן אין ישיבה האט ער זיך אנגעלייענט מיט משכיל'שע ביכער, און אויך נאך דער חתונה{{פעלט א מקור}}. [[חיים בריסקער|רבינו חיים מבריסק]] האט דאן ארומגעשיקט צו אלע שטעט אז מען זאל אים נישט אויפנעמען אלס רב, דערזענדיג זיך אן קיין עתיד, איז ער געפארן קיין [[לאנדאן]]. וואו ער האט זיך באקענט מיט די ראשי הציונים, זיי האבן אין אים געטראפן א איש כלבבם, און אים געשיקט אויף [[יפו]], מיט די אויגן אויף [[ירושלים]] ווען די צייט וועט רייף ווערן.
און אין [[תרס"ד]] איז ער ארויף קיין ארץ ישראל און געווארן רב פון יפו פאר צען יאר. אין די יארן פון דעם [[ערשטן וועלט קריג]] (תרע"ד-תרע"ז) איז ער געווען אין [[אייראפע]]. אין תרע"ט איז ער צוריק געקומען קיין ארץ ישראל און אנגענומען דעם פאסטן פון ''[[רב הראשי לעדת אשכנזים]]'' וואס רב קוק'ס געגנערס האבן גערופן ''[[רב מטעם]]''. אין תרפ"ד האט ער געגרינדעט ''[[ישיבת מרכז הרב]]'' אין [[ירושלים]].