אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אברהם יצחק הכהן קוק"

מ (רעדאַקטירונגען פֿון 173.3.145.38 צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון פוילישער)
{{פעלט מקורות}}[[בילד:Kook.jpg|קליין|הרב קוק]]
 
הרב '''אברהם יצחק הכהן קוק''' ([[ט"ז אלול]] [[ה'תרכ"ה]] - [[ג' אלול]] [[ה'תרצ"ה]]) איז געווען דער ערשטער [[הויפט רב]] (רב הראשי) פון די [[אשכנזים]] אין [[ירושלים]] אין דער תקופה פון [[דאס בריטישע מאנדאט|דעם בריטישן מאנדאט]] אין [[ארץ ישראל]].
הרב קוק איז געבוירן אין [[לעטלאנד]] אין יאר תרכ"ה און איז געווען אן אפשטאמיגער פון שטאלצע חסידים און מתנגדים. ער האט געלערנט אין דער [[וואלאזשינער ישיבה]] און האט אנגעקניפט א שטארקע נאנטשאפט מיט דעם [[נצי"ב]]. אין יאר תרמ"ו האט ער חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון פאנאוויזשער רב רבי [[אליהו דוד ראבינאוויטש-תאומים]] דער בעל ה"אדרת". ער האט געדינט אלס רב אין עטליכע שטעט אין [[ליטא]],
 
אלס בחור נאן אין ישיבה האט ער זיך אנגעלייענט מיט משכיל'שע ביכער, און אויך נאך דער חתונה,{{פעלט א מקור}}. [[חיים בריסקער|רבינו חיים מבריסק]] האט דאן ארומגעשיקט צו אלע שטעט אז מען זאל אים נישט אויפנעמען אלס רב, דערזענדיג זיך אן קיין עתיד, איז ער געפארן קיין [[לאנדאן]]. וואו ער האט זיך באקענט מיט די ראשי הציונים, זיי האבן אין אים געטראפן א איש כלבבם, און אים געשיקט אויף [[יפו]], מיט די אויגן אויף [[ירושלים]] ווען די צייט וועט רייף ווערן.
און אין [[תרס"ד]] איז ער ארויף קיין ארץ ישראל און געווארן רב פון יפו פאר צען יאר. אין די יארן פון דעם [[ערשטן וועלט קריג]] (תרע"ד-תרע"ז) איז ער געווען אין [[אייראפע]]. אין תרע"ט איז ער צוריק געקומען קיין ארץ ישראל און אנגענומען דעם פאסטן פון ''[[רב הראשי לעדת אשכנזים]]'' וואס רב קוק'ס געגנערס האבן גערופן ''[[רב מטעם]]''. אין תרפ"ד האט ער געגרינדעט ''[[ישיבת מרכז הרב]]'' אין [[ירושלים]].
 
הרב קוק איז לויט אלעמען געווען א גאון אין נגלה און נסתר. צוערשט איז ער געווען שטארק בידידות מיט די [[רבנים]] און גאונים פון ירושלים, ווי רבי [[יוסף חיים זאנענפעלד]] און רבי [[יצחק ירוחם דיסקין]]. שפעטער זענען א טייל פון זיי געווארן זיינע שארפע קעגנערס. הרב קוק האט אלע זיינע יארן אנגעהאלטן נאענטע ידידות'שאפט מיט פיל גדולי הרבנים און אדמורי"ם פון [[ארץ ישראל]] און [[אייראפע]], ווי צום ביישפיל. דער אדמו"ר בעל [[אמרי אמת]] פון [[גער (הויף)|גער]], דער אדמו"ר רבי [[מרדכי יוסף ליינער]] פון ראדזין, אדמו"ר רבי [[ישראל פרידמאן]] פון טשארטקאוו, בענדינער רב ר' [[חנוך צבי הכהן לעווין]], און נאך. פיל האבן זיך אויסגעדריקט אויף אים מיט גאר ווארעמע ווערטער און געלויבט אויף זיין גאונות, חכמה, און צדקות.
== קאנטראווערסיע ==
 
א טייל פון די רעיונות אין "אורות" האבן געברענגט די אויפמערקזאמקייט פון קנאים אין ירושלים, וואס האבן געהאלטן אז עס זענען געשריבן דארט זאכן וואס זענען נישט לויטן דרך התורה. די קנאים האבן ארויסגעגעבן א קונטרס מיטן נאמען ''[[קול שופר]]''. דער גרעסטער טייל דערפון איז געווען גאר א שארפער בריוו און חרם אויף רב קוק'ס קונטרס "אורות" מיט דער חתימה פון רבי [[יוסף חיים זאנענפעלד]] און רבי [[יצחק ירוחם דיסקין]].
 
אפילו פון די וואס זענען נישט ארויסגעגאנגען קעגן אים האבן געהאלטן אז ער שרייבט א סך רעיונות וואס איז נישט אויסגעהאלטן לויטן דרך התורה, און אז ער איז פארפארן דורך אפטייטשן ענינים אין [[קבלה]] נישט דעם ריכטיקן וועג. בפרט די ענינים אז אין יעדער זאך איז דא א ניצוץ אלקי, און אז מ'דארף דאס מעלה זיין.
631

רעדאקטירונגען