אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קבלה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 7:
נאכן ספר הזוהר איז די חכמה הקבלה אריבער דורך די מויל צו אסאך גדולי הדור און גאונים, אבער אלעס איז געווען פארשטעלט און באהאלטן, פון די וואס זענען באוואסט צו אונז איז דער [[רב האי גאון]] וואס האט געמאכט א ספר אויף קבלה כללים מרבי האי גאון, אויך איז אין די לעצטע הונדערט יאהר געדרוקט קבלה ענינים פון אנדער גאונים ווי רב רחומאי גאון און רב חפני גאון.
 
פון די ערשטע גרויסע מקובלים איז ר' אליעזר מגרמייזא דער [[רוקח]], פון איהם האט מקבל געווען רבי [[משה בן נחמן]] דער רמב"ן, זיינע ספרים אויף די תורה איז פויל מיט ענינים פון קבלה, אויך איז אין יענע צייט געווען דער [[ראב"ד]] א גרויסער בעל מקובל, דערנאך איז געווען דער רקנטי.
 
שפעטערדיגע ספרים זענען ''[[פרדס רמונים]]'' פון ר' [[משה קורדובירו]], ביז עס איז אויגעשטאנען ר' [[יצחק לוריא|אר"י]]. און האט אנטפלעגט גאר גרויסע טיעפע און ברייטע סודות התורה אין צענדליגער ספרים פון קבלה.
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/קבלה"