אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "הלל זאקס"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
מאין תקציר עריכה
שורה 23:
==ביאגראפיע==
 
רבי הלל איז געבוירן געווארן אין [[ראדין]] צו זיין פאטער רב [[מנחם מנדלמענדל זאקס]] און זיין מוטער פייגא חיה, די טאכטער פונעם [[ישראל מאיר הכהן|חפץ חיים]]. ווען ער געווען אלט 8 יאר, צוליב דער אינוואזיע פון דער [[רויטע ארמיי|רויטער ארמיי]] אין [[פוילן]], איז זיין משפחה אריבער אין [[איישישאק]], און דערנאך אין [[ווילנא]]. ווען די משפחה האבן באקומען א וויזע קיין [[פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע|אמעריקע]] זענען זיי אריבער געפארן דעם [[סאוועטן פארבאנד]] קיין [[יאפאן]] און פון דארטן צו אמעריקע. ווען ער איז אנגעקומען אין ניו יארק האט ער געלערנט ביי הרב [[משה פיינשטיין]] אין [[ישיבת תפארת ירושלים]], און דערנאך ביי הרב [[ראובן גראזאווסקי]] אין [[בית מדרש גבוה|לייקוואוד]]. ער האט געלערנט חברותאשאפט מיט הרב [[שניאור קאטלער]] עטלעכע צען יאר, און פינעף יאר מיטהרב [[שמואל קאמינעצקי]].
 
אין די [[1950ער]] האט ער געהייראט אהובה אסתר חברוני, די טאכטער פונעם חברונער ראש ישיבה הרב [[משה חברוני]]. נאך דער חתונה האט ער געוואוינט אין די פאראייניגטע שטאטן. אין 1960 האט ער עמיגרירט קיין ישראל און ער האט זיך באזעצט אין דער [[גאולה]] געגנט אין [[ירושלים]], נאענט צו דער חברונער ישיבה. שפעטער האט מען אים באשטימט א [[ראש ישיבה]] אין חברון, צוזאמען מיט הרב [[שמחה זיסל ברוידא]] און הרב [[אברהם פארבשטיין]]. אין חברון האבן די בחורים אויסגעזוכט אים, פאר זיין בקיאות, פאר זיין לומדות און פאר זיינע ידיעות אין מוסר און קבלה.