אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "הלל זאקס"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אראפגענומען יתום מוסטער
אין תקציר עריכה
שורה 3:
|בילד=
|באשרייבונג=הרב הלל זאקס
|געבורט דאטע=[[ט"ו שבט]] [[תרצ"א]]
|געבורט ארט=[[ראדין]]
|פטירה דאטע=[[כ"ב טבת]] [[תשע"ה]]
שורה 19:
|חיבורים=
}}
הרב '''הלל זאקס''' ([[ט"ו שבט]] [[תרצ"א]] [[1931]] - [[כ"ב טבת]] [[תשע"ה]], [[13טן יאנואר]] [[2015]]) איז געווען ראש ישיבה פון דער [[כנסת הגדולה (ישיבה)|כנסת הגדולה]] ישיבה אין [[מודיעין עילית]] און איינער פון די ראשי ישיבות פון [[ישיבת חברון]].
 
==ביאגראפיע==
 
רבי הלל איז געבוירן געווארן אין [[ראדין]] צו זיין פאטער רב [[מנחם מנדל זאקס]] און זיין מוטער פייגא חיה, די טאכטער פונעם [[ישראל מאיר הכהן|חפץ חיים]]. ווען ער געווען אלט 8 יאר, צוליב דער אינוואזיע פון דער [[רויטע ארמיי|רויטער ארמיי]] אין [[פוילן]], איז זיין משפחה אריבער אין [[איישישאק]], און דערנאך אין [[ווילנא]]. ווען די משפחה האבן באקומען א וויזע קיין [[פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע|אמעריקע]] זענען זיי אריבער געפארן דעם [[סאוועטן פארבאנד]] קיין [[יאפאן]] און פון דארטן צו אמעריקע. ווען ער איז אנגעקומען אין ניו יארק האט ער געלערנט ביי הרב [[משה פיינשטיין]] אין [[ישיבת תפארת ירושלים]], און דערנאך ביי הרב [[ראובן גראזאווסקי]] אין [[בית מדרש גבוה|לייקוואוד]]. ער האט געלערנט חברותאשאפט מיט הרב [[שניאור קאטלער]] עטלעכע צען יאר, און פינעף יאר מיטהרב [[שמואל קאמינעצקי]].
 
אין די [[1950ער]] האט ער געהייראט אהובה אסתר חברוני, די טאכטער פונעם חברונער ראש ישיבה הרב [[משה חברוני]]. נאך דער חתונה האט ער געוואוינט אין די פאראייניגטע שטאטן. אין 1960 האט ער עמיגרירט קיין ישראל און ער האט זיך באזעצט אין דער [[גאולה]] געגנט אין [[ירושלים]], נאענט צו דער חברונער ישיבה. שפעטער האט מען אים באשטימט א [[ראש ישיבה]] אין חברון, צוזאמען מיט הרב [[שמחה זיסל ברוידא]] און הרב [[אברהם פארבשטיין]]. אין חברון האבן די בחורים אויסגעזוכט אים, פאר זיין בקיאות, פאר זיין לומדות און פאר זיינע ידיעות אין מוסר און קבלה.
 
אין תשנ"ו האט ער געגרינדעט די כנסת הגדולה ישיבה אין מודיעין עילית, וואס מען רופט אויף זיין נאמען '''ר' הלל'ס ישיבה'''. דער צווייטער ראש ישיבה איז זיין זון הרב יצחק זאב זאקס.
שורה 37:
* הרב יצחק זאב, ראש ישיבה פון כנסת הגדולה
* די ווייב פון הרב חיים מאן, רב פון א קהילה אין [[מודיעין עילית]]
* מרים (סעקרעטאר פון דעם יישוב [[מתתיהו (יישוב)|מתתיהו]]), ווייב פון הרב צבי וויעלנסקיווילענסקי (אן אייניקל פון רבי [[אליהו לאפיאן]]), ראש ישיבה פאר די אויסלענדישע בחורים.
<!--
==הנהגותיו==