אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "טערקיי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 52:
 
פונעם אנפאנג פון דעם 19טן יארהונדערט האט די אטאמאנישע אימפעריע אנגעהויבן גיין אונטער.
 
ביי דער [[ערשטע וועלט מלחמה|ערשטער וועלט מלחמה]] איז די אטאמאנישע אימפעריע געווען איינער פון די [[צענטראלע מאכטן]]. אין דער גאנג פון דער מלחמה האט מען דעפארטירט די [[ארמענער]] פון מזרח אנאטאליע קיין [[סיריע]], וואס האט אויסגעלאזט מיט דער שחיטה פון 1,500,000 ארמענער אין דעם [[ארמענער פאלקסמארד]], וואס טערקיי טענה'ט איז נישט געווען קיין פאלקסמארד. אויך האט מען אויסגעפירט שחיטות קעגן אנדערע מינאריטען, ווי די [[גריך|גריכן]] און די אסיריער.
 
נאך דער ערשטער וועלט מלחמה איז טערקיי געווען אקופירט דורך די ארמייען פון די אליאירטע מאכטן, און ס'איז געגרינדעט געווארן די [[טערקישע נאציאנאלע באוועגונג]]. מען האט געפירט די טערקישע אומאפהענגיקייט מלחמה אונטער דער פירערשאפט פון [[מוסטאפא קעמאל אטאטורק|מוסטאפא קעמאל פאשא]], א מיליטער קאמאנדירער וואס האט געקעמפט אין דער [[גאליפאלי קאמף]].
 
דעם 18טן סעפטעמבער האט די טערקישע רעגירונג אין [[אנקארא]] זיך פראקלאמירט די לעגאלע רעגירונג אין טערקיי; די פרעמדע ארמייען זענען שוין געווען ארויס פון לאנד. אין יולי 1923 האט מען געחתמעט דעם [[לאזאן אפמאך]] וואס האט אנערקענט די [[סואווערענער שטאט|סואווערענטעט]] פון דער טערקישער רעפובליק.
 
אטאטורק איז געווען א פראגמאטישער פירער וואס האט איינגעפירט ברייטע רעפארמען אין טערקיי, וואס האבן צוגעברענגט צו מאדערניזאציע, און האבן איבערגעקערט דאס איסלאמישע לאנד צו סעקולערער רעפובליק מיט א מערבדיקע אריענטאציע. צווישן די רעפארמען, האט מען געטוישט די [[אראבישער אלפאבעט|אראבישע שריפט]] מיט א שריפט באזירט אויפן [[לאטיינישער אלפאבעט|לאטיינישן אלפאבעט]], פרויען האבן אנגעהויבן גיין מיט אויפגעדעקטע פנימער און מענער האבן אויפגעהערט טראגן אויפן קאפ דעם [[טארבוש]]. מ'האט אויסגערופן אנקארא ווי די נייע הויפטשטאט פון טערקיי אנשטאט סטאמבול.
{{-}}