אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מעדיצין"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
←‏היסטאריע: מיטל אלטער
שורה 23:
מעדיצין אין [[אוראלט רוים]] איז, אזוי ווי אנדערע געביטן פון וויסנשאפט, באאיינפלוסט געווארן פון גריכנלאנד. דער גריך [[אסקלעפיאדעס]] ([[ערשטער יארהונדערט פאר דער ציווילער רעכענונג]]) האט אונטערשיידט צווישן אקוטע און כראנישע קראנקייטן, האט געניצט מאסאזש און האט דערקענט גייסטיקע קרענק. דער גריך [[גאלען]] (200-129), דער גרעסטער געלערנטער פון מעדיצין אין דער רוימישער אימפעריע, איז געווען דער ערשטער אויסצופירן פיזיאלאגישע אויספרואוון, האט פעסטגעשטעלט אז [[בלוט]] פליסט אין די [[אדער]]ן (נישט [[לופט]] אזוי די פריערדיקע האבן געהאלטן) אבער אן צו פארשטיין די בלוט צירקולאציע און האט געפארשט די [[צענטראלע נערוון סיסטעם]] (דורך עקספערימענטן מיט לעבעדיקע [[מאלפע]]ס און אנדערע [[זויגער]]ס). זיינע פילע וויסנשאפטלעכע שאפונגען זענען געווען די מעדיצינישע ליטעראטור אינעם [[מיטל אלטער]]. אבער צוליב עטלעכע גרייזיקע פארשטאנדן אינעם איז די אנטוויקלונג פון מעדיצין געווארן צוריקגעהאלטן פאר א לענגערער תקופה.
 
אין די לענדער פונעם [[כאליפאט]] האבן יידישע און מוסולמענישע דאקטוירים אנטוויקלט מעדיצין. מען האט איבערגעזעצט די שריפטן פון גאלען און היפאקראטוס אויף אראביש און העברעיש, און אויך האבן זיי פארפאסט נייע ביכער וועגן מעדיצין. אין [[קארדאבע]] און [[טולוז]] האט מען אויפגעשטעלט שולעס פאר מעדיצין. [[אל-ראזי]] פון [[באגדאד]] (923-865) האט געשריבן וויאזוי צו געבן א דיאגנאזע צווישן [[פאקן]] און [[מאזלען]]. [[איבן סינא]] (1037-980) האט פארפאסט דעם "קאַנאן" וואס האט געברענגט צוזאמען גאר די מעדיצינישע וויסן פון יענער צייט, און דאס איז געווארן דאס חשובסע בוך אין דער [[מיטל אלטער]].
דער 19טער יארהונדערט האט געברענגט א שטארקע אנטוויקלונג אין מעדיצין. מען איז געוואויר געווארן אז עטלעכע קראנקייטן און אינפעקציעס קומען פון גאר קליינע באשעפענישן - די [[באקטעריע]]. אין 1862 האט [[לואי פסטער]] געשאפן אימוניזירונגען קעגן [[הידראפאביע]], [[אנטראקס]] און [[כאלערע]], און האט רעקאמענדירט אז מ'זאל אנווארעמען מילך צו היטן קעגן באקטעריע, וואס מ'רופט [[פאסטעריזאציע]].
 
דער 19טער יארהונדערט האט געברענגט א שטארקע אנטוויקלונג אין מעדיצין. מען איז געוואויר געווארן אז עטלעכע קראנקייטן און אינפעקציעס קומען פון גאר קליינע באשעפענישן - די [[באקטעריע]]. אין 1862 האט [[לואי פסטערפאסטער]] געשאפן אימוניזירונגען קעגן [[הידראפאביע]], [[אנטראקס]] און [[כאלערע]], און האט רעקאמענדירט אז מ'זאל אנווארעמען מילך צו היטן קעגן באקטעריע, וואס מ'רופט [[פאסטעריזאציע]].
 
אין דעם סוף פון דעם 19טן יארהונדערט זענען געווען א סעריע פון אנטדעקונגען וואס האבן שטארק געענדערט די וועלט פון מעדיצין. אין [[1895]] האט [[ווילהעלם רענטגן]] אנטפלעקט די [[רענטגן שטראלן|שטראלן]] וואס מען רופט אויף זיין נאמען. אין [[1898]] האבן [[פיער קירי|פיער]] און [[מארי קירי]] אנטפלעקט ראדיאאקטיוויטעט. אין דעם פעלד פון [[גייסטיקע קרענק]] האט [[זיגמונד פרויד]] אוועקגעלייגט די יסודות פון [[פסיכיאלאגיע]]. די פעלדער פון [[כעמאטעראפיע]], [[אימונאלאגיע]] און [[דערנערונג]] זענען געווארן אנטוויקלט אין דעם 20סטן יארהונדערט.