אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ערשטע וועלט-מלחמה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
די פאראייניגטע שטאטן
שורה 60:
== יידן אין ארץ ישראל בשעת דעם וועלט קריג ==
בשעת דער ערשטער וועלט קריג האבן די יידן אין ארץ ישראל געליטן פון שווערע ארימקייט, ווייל די גרעניצן פון ארץ ישראל זיינען געווען פארשפארט, און דער עיקר האנדל פון די יידן איז געווען עקספארטירן פרוכט צו אייראפע. אויך די פרומע (אנשי [[יישוב הישן]]) וואס האבן דאן זיך אויסגעהאלטן פון די "[[כספי החלוקה]] וואס האבן באקומען פון פארמעגלעכע יידן פון איבער דער גארער וועלט, האבן אויפגעהערט באקומען זייער פארדינסט.
 
== די פאראייניגטע שטאטן ==
ביים אנהייב פון דער מלחמה זענען די פאראייניגטע שטאטן געווען נייטראל, און זיי האכן זיך נישט אריינגעמישט. אבער שפעטער האט דאס זיך געענדערט צוליב צוויי סיבות.
 
ערשטנס, די דייטשע סובמארינען (אונטער־ום שיפן) האבן אטאקירט פאסאזשירן שיפן אין די אקעאנען. איינע פון זיי איז געווען די לוסיטאניע; פארנדיק קיין בריטאניע זענען געהרגעט געווארן א סך אמעריקאנער און בריטישע ציווילע בירגער.
 
צווייטנס, האבן די דייטשן געשיקט א געהיימען טעלעגראם (דער [[צימערמאן טעלעגראם]], געשריבן דרוך ארטור צימערמאן) קיין [[מעקסיקא]]., מיטן פארשלאג אז די צוויי לענדער זאלן קעמפן צוזאם קעגן די פאראייניגטע שטאטן. דייטשלאנד האט צוגעזאגט מעקסיקא דעם דרום־מערבדיקן טייל פון די פאראייניגטע שטאטן, וואס די אמעריקאנער האבן פריער צוגענומען פון מעקסיקא. שפיאנען פונעם פאראייניגטן קעניגרייך האבן אנטפלעקט דעם קאד פונעם טעלעגראם, און האבן גע'מסר'ט די דייטשן פאר די אמעריקאנער.
 
צוליב דעם האט אמעריקע באשלאסן צו העלפן די אליאירטע קראפטן. דעם 6טן אפריל 1917 האבן זיי פראקלאמירט מלחמה קעגן דייטשלאנד.
 
== נאך דער מלחמה ==