אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "צה"ל"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Bot: Migrating 1 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q58967 (translate me)
שורה 20:
מיליטערישע פליכט, וואס אין העברעיש הייסט זיין ראנג סמל מחלקה, אדער אפטיילונג סארגענט.
 
דריי מחלקות איז א [[קאמפאניע (מיליטעריש)|קאמפאניע]] (העברעיש "פלוגה"), דער אפיציר פון א פלוגה איז שוין א וועטעראן זעלנער וואס איז שוין עטליכע יאר אין ארמיי, ער האט אויך א צווייטן אונטער אים, וואס איז אויך אן אפיציר. אויך איז דא אין צה"ל א רב סמל פלוגתי (רס"פ), א סארגענט וואס פארנעמט זיך איבערן לאגיסטישן טייל פון דער קאמפאניע, ער האט צומאל איינער אדער צוויי סאלדאטן, אויך מענטשן וואס האבן כמעט גענדיקט דינען זייערע יארן אין ארמיי, וואס ווערן גערופן סרס"פ, וואס העלפן אים.
 
דריי פלוגות איז א באטאליאן (העברעיש "גדוד"), אויף זיי איז דא צוויי אפיצירן, דער קאמאנדיר, און זיין צווייטער אונטער אים, מג"ד און סמג"ד.
 
פון דא און ווייטער איז די נומער דריי נישט אקוראט, דריי גדודים איז א בריגאדע (העברעיש "חטיבה"), און רוב בריגאדעס אין צה"ל זענען דא מער פון דריי באטאליאנען, אין [[נח"ל בריגאדע]], זענען פארהאן פיר, דריי געהעריקע, און איין ווערט פארעכנט אלס ספעציעלע עליטע קעמפער, און טייל פון צה"ל וועט עס זיין צוויי באטאליאנען, און אנדערע ביז פינף אפילו, דער קאמאנדיר איבער א בריגאדע הייסט מח"ט, וואס איז שוין א הויכבאאמטער אין ארמיי, אין א בריגאדע קענען זיין ביז 5,000 טויזענטטויזנט קעמפער, ביי די [[טאנק]]ען זענען דא הונדערט טאנקען אין איין בריגאדע.
 
צווישן צוויי און פיר בריגאדעס, איז א דיוויזיע (העברעיש "אוגדה"), (רעגימענט עקזיסטירט נישט אין ישראל). א תת אלוף איז געווענליך קאמאנדיר אדער א מאיאר גענעראל, אין ישראל זענען דא צוויי סארטן דיוויזיעס, געגנטליכע און געהעריקע, ווי אוגדת עזה, די עזה דיוויזיע, איז א געגנטליכע וואס געפונט זיך אונטער די דרום פראנט קאמאנדיר אא"וו, געהעריקע איז עוצבת הפלדה, (עוצבה איז אויך אוגדה), וואס איז אונטערן צענטראלן פראנט קאמאנדיר, אבער איז נישט געגנטליך און דערפאר זענען די סאלדאטן פון די דיוויזיע, נישט אייביג אונטער זיי, נאר זיי גייען אריבער צו אנדערע געגנטליכע דיוויזיעס, ביים פארענדיקן טרענירונגען.
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/צה%22ל"