אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ברענדי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אַרטיקל־קעפּל אַריבער צו קאניאק (בראנפן)
זיי מבטל רי-ווערסיע 491417 פון פוילישער (רעדן)
שורה 1:
[[טעקע:Purdon Gilmour Building 2.jpg|קליין|אן אלטער ספעציעלער [[טעפעריי|טאפ]] אין וואס מען האט געמאכט די ברענדי]]
#ווייטערפירן [[קאניאק (בראנפן)]]
'''ברענדי''' ([[ענגליש]]: "Brandy", פון [[האלענדיש]]: brandewijn - '''בראַנדוויין''') איז א סארט [[אלקאהאל]]ישער געטראנק וואס ווערט פראדוצירט דורכן אויפקאכן משקה און די פארע ווערט די [[בראנפן]].
 
די ברענדי איז געווענליך עטוואס זיסער און לייכטער ווי אנדערע סארט [[אלקאהאליש געטראנק|אלקאהאלישע געטראנקען]] ווי [[וויסקי]], [[ראם]] און [[דזשין]]
 
אין אלגעמיין ווערט עס געמאכט פון [[וויין]], אבער ברענדי איז א שם הכולל פאר אלע בראנפן'ס וואס מ'מאכט מיט דעם טעכניק.
 
מערסטנס ברענדי'ס ווערן געשטעלט צו עלטערן אין האלצערנע פעסער צו באקומען א טעם און ברוינע קאליר. ווי עלטער אלס בעסער איז עס.
 
== היסטאריע ==
[[טעקע:090 Vinseum, etiquetes de brandi.JPG|קליין|פארשידענע אלטע לעיבלס פון ברענדי]]
דאס איז די ערשטע סארט אופן ווי אזוי מען האט בכלל געמאכט בראנפן אין די אלטע צייט. מען האט גענומען די וויין וואס איז נישט געווען אזוי געלונגען אדער פארדארבן און נישט געקענט נוצן אלס וויין און דערפון האט מען א שארפערע קאנצענטרירטע משקה.
 
== סארטן ברענדי ==
* [[ארמאניאק]]
* [[ארמון]]'ס קאניאק, א ווייסע ברענדי מיט א [[האתחדות הרבנים|התאחדות]] הכשר
* [[ארמענישער ברענדי]]
* [[ברענדי די שיראז]], א [[שפאניע|שפאנישער]] ברענדי
* [[פיסקאו]], א שטארקער קאליר-לאזער ברענדי וועלכער ווערט נאר פראדוצירט אין [[טשילע]] און [[פערו]]
* [[קאלוואדאס]], א [[עפל]] ברענדי וועלכער ווערט פראדוצירט אין [[נארמאדי]], [[פראנקרייך]] נאך פונעם זעכצנטן יאהר-הונדערט
* [[קאניאק]], די בארימטע בראנפן פון די שטאדט קאניאק אין [[פראנקרייך]]
* [[קאַניאק]], א [[טערקיי|טערקישער]] ברענדי
* [[שליוואוויץ]], ווערט געמאכט פון פלוימען
[[טעקע:BrandyPeddler.jpg|קליין|א מאלעריי פון א ברענדי פעדלער אינעם אכצנטן יאהר-הונדערט]]
== קאוד סיסטעם גענוצט ביי ברענדי ==
* A.C: מיינט אז עס איז געעלטערט פאר צוויי יאהר
* VS: מיינט '''ווערי ספעשל''', דאס איז געעלטערט כאטש דריי יאהר
* VSOP: איז געעלטערט כאטש פינעף יאהר
* XO: מיינט '''עקסטרע אלט''' און איז געעלטערט ווייניגסטנס זעקס יאהר
 
== וועב לינקען ==
* פארשידענע סארטן ברענדי ביי בית המשקאות http://www.winehouse.co.il/152595/%D7%91%D7%A8%D7%A0%D7%93%D7%99-%D7%95%D7%A7%D7%95%D7%A0%D7%99%D7%90%D7%A7
* ווי אזוי צו מאכן א היימישע סארט בלעקבערי ברענדי https://www.youtube.com/watch?v=v5RtnsJgHtY
* א רעקלאמע פאר די אלטע כשרע וויין [[פירמע]] '''מגן דוד וויין און ברענדי''' http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/hebrewbooks_org_12617_64.pdf
[[קאטעגאריע:אלקאהאלישע געטראנקען]]
[[קאטעגאריע:וויין]]