אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ישראל"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
פרעזידענט
היסטאריע פארברייטערט א ביסל
שורה 52:
== היסטאריע ==
דער באגריף [[ארץ ישראל]] ווי דאס לאנד פון די יידן גייט צוריק צו די אוראלטע צייטן. עס שטייט אין דער תורה אז הקב"ה האט צוגעזאגט דאס לאנד צו די דריי אבות, [[אברהם אבינו|אברהם]], [[יצחק אבינו|יצחק]] און [[יעקב אבינו|יעקב]].
דער ערשטער מלך פון די יידן אין ארץ ישראל איז געווען [[שאול]], אין יאר [[ב'תת"ן]] {{קליין|(בערך)}}. נאך שאול זענען האבן [[דוד המלך]] און [[שלמה המלך]] געהערשט איבער דער פאראייניגטער מלוכה. אין די טעג פון דעם מלך [[רחבעם]], זון פון שלמה המלך, האט זיך די מלוכה צעשיידט: רחבעם איז געבליבן מלך איבער דעם לאנד פון יהודה (וואס האט איינגעשלאסן די טעריטאריעס פון די שבטים יהודה און בנימין, און [[ירבעם בן נבט]] האט געהערשט איבערן לאנד ישראל, וואס האט איינגעשלאסן די טעריטאריעס פון די אנדערע שבטים, וואס מען רופט די "צען שבטים".
דער ערשטער מלך פון די יידן אין ארץ ישראל איז געווען [[שאול]], אין יאר [[ב'תת"ן]] {{קליין|(בערך)}}.
 
== געאגראפיע ==
שורה 60:
ס'איז פאראן א [[בארג קייט]] וואס גייט אדורך דעם לאנד פון צפון צו דרום. צו מערב פון די בערג איז דער בארטן־פלוין און צו דרום געפינט זיך דער [[נגב]] מדבר. צו מזרח פון די בערג געפינט זיך א טאל מיט דעם [[כנרת]] אזערע אין צפון און דער [[ירדן טייך]] וואס פליסט אריין אין [[ים המלח]] אין דרום. דער ברעג פונעם ים המלח איז די נידריגסטע יבשה אין דער וועלט, 417 מעטער אונטער דעם ים־פלאך.
 
אין דרום איז א מדבר און כמעט קיין רעגן פאלט נישט דארטן. ישראל האט אויפגעשטעלט א גרויסן באוואסערונג פראיעקט וואס שפייכלערט וואסער אינעם [[כנרת]] אזערע און פירט וואסער פון צפון צום נגב כדי פלאנצן זאלן וואקסן דארט..
 
== רעגירונג ==
ישראל ווערט געפירט דורך א [[פארלאמענטארישע סיסטעם|פארלאמענטארישער סיסטעם]] ווי א דעמאקראטישע רעפובליק מיט אלגעמיינעם וואלרעכט פאר אלע בירגער וואס זענען אלט 18 יאר אדער עלטער. איינער פון די [[כנסת דעפוטאט]]ן וואס קען באקומען א מערהייט אין דעם [[כנסת]] (פארלאמענט) ווערט [[פרעמיער מיניסטער פון ישראל|פרעמיער מיניסטער]], געוויינלעך דער פירער פון דער גרעסטער פארטיי. דער היינטיקער פרעמיער מיניסטער איז [[ביבי נתניהו]], וואס דינט אין דעם אמט זייט 2009.