אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סידני משכונות פארכאפונג"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט 'די '''אוסטראליער משכונות פארכאפונג''' איז פארגעקומען מאנטאג דעצמבער פערצן 2014 אין די ל...'
 
אין תקציר עריכה
שורה 1:
די '''אוסטראליער משכונות פארכאפונג''' איז פארגעקומען מאנטאג דעצמבער פערצן [[2014]] אין די [[לינדט טשקאלעד קאפע]] אין צענטער פון [[סידני]], [[אוסטראליע]] און האט אנגעהאלטן ביז דעם אנדערן טאג פארטאגס ווען עס האט אויפגעריסן עקספלאזיעס אינעם געביידע. צוויי פארכאפטע זענען געשטארבן און עטליכע מענטשן זענען אריינגעפיהרט געווארן אין שפיטאל אין איילעניש.
 
די סיטואציע האט אנגעהאלטן פון צעהן אזייגער אינדערפריה ביז נאך צוויי אזיגער פארטאגס, אויסטראליע זייגער, בסך הכל זענען זיעבצן מענטשן געווען פארכאפט.
 
צוערשט האט מען געמיינט אז עס איז בלויז א רויבערייי ביז דער טעראריסט, אן איראנער[[איראן]] אפשטאמיגער אייגן געקרוינטער שעיך אן אלטער פראבלעמאטישער מענטש מיטן נאמען [[מאן האראן מאניס]], האט געצווינגען צוויי משכונות צו האלטן אןא מוסלעמענישע פאן ביים פענסטער.
 
פינעף מענטשן האבן באוויזן צו אנטלויפן במשך'ן טאג דורך זייטיגע ארויסגענג.
 
משכונות האבן זיך כסדר פארבונדן מיט די [[מידיע]] מיט מעסעדזשעס פונעם טעראריסט אבער די [[פאליציי]] האט זיי געראטן עס נישט צו באריכטן כדי נישט צו העלפן פארן טעראריסט. און במשך'ן טאג האט מען כמעט גארנישט געוואוסט, נאר אז מ'פארהאנדלט מיטן טעראריסט און אז פינעף זענען אנטלאפן, ביז עס האבן זיך אנגעהויבן די אויפרייסן.
 
פארכאפטע האבן ארויסגעלאזט מעסעדזשעס במשך'ן טאג אויף די סאציאלע מידיע, אויף וועלכע די פאליציי איז געווען זייער ברוגז.
 
== לינקען ==