אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "צווייטע וועלט-מלחמה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
אין תקציר עריכה
שורה 30:
אלץ האט זיך אנגעהויבן [[י"ז אלול]] [[ה'תרצ"ט]] - ([[1טן סעפטעמבער]], 1939), ווען די דייטשע ארמיי האט פלוצלונג אינוואדירט [[פוילן]]. צוויי טעג שפעטער האבן [[ענגלאנד]] און [[פראנקרייך]] דעקלערט קריג קעגן דייטשלאנד, און מיט דעם האט זיך אנגעהויבן די '''צווייטע וועלט־מלחמה'''.
 
די צווייטע וועלט־מלחמה האט אנגעברענגט דעם גרעסטן חורבן אויף דער וועלט אין דער מענטשליכער היסטאריע. עס האט זיך געצויגן 6זעקס יאָר פון [[1939]] ביז [[1945]], און האט מיט דער צייט אריינגעשלעפט אלע וועלטמאכטן און רוב קלענערע לענדער פון דער וועלט.
 
די קאסטן פון דער קריג -- אין געשטארבענע, געליטענע, און אייגנטום פארניכטונג -- איז געווען אומגעהויער גרויס. די צאל געשטארבענע דורכאויס דער קריג איז געווען 62,000,000, אדער צוויי מיט א האלב פראצענט פון דער וועלטס באפעלקערונג. מיליאנען זענען פארבליבן היימלאז. פילע שטעט אין [[אייראפע]] און [[אזיע]] זענען טיילווייז אדער גענצליך [[חרוב]] געווארן דורך די לופט באמבאדירונגען, און ריזיגע שטרעקעס לאנד זענען פארוויסט געווארן.
שורה 59:
* [[כינע]]
 
אלעס צוזאמען זענען במשך פון דער מלחמה געווען פארמישט 50פופציג לענדער. די שלאכט פעלדער האבן זיך געצויגן פון אייראפע ביז [[צפון אפריקע]]; פון די [[אינדזל]]ען אין דעם [[פאציפישער אקעאן|פאציפישן אקעאן]] ביז מזרח און צפון-מזרח אזיע.
 
=== סיבות צו דער מלחמה ===
ווי די ווייטערדיגע קאפיטלען גיבן צו ערקלערן זענען די דירעקטע סבותסיבות פון דעם קריג געווען דאס שטרעבונג פון [[דייטשלאנד]], [[יאפאן]], און [[איטאליע]] צו פארברייטערן זייערע שטחים און ספערע פון השפעה, געטריבן דורך [[נאציאנאליזם|נאציאנאליסטישע]] [[אידיאלאגיע]]ס -- אין פארםפארעם פון [[פאשיזם]] אין [[איטאליע]] און אין [[דייטשלאנד]], און [[אימפעריאליזם]] אין [[יאפאן]].
 
אויך זענען געווען איבערגעבליבן פראבלעמען פון אומגעשליכטעטע טעריטאריעס-רעכטן, און אלגעמיין פארביטערטקייט פון דעם דייטשן פאלק אויף די שרעקליכע אומשטענדן וואס זענען אויף זיי געווארן ארויפגעצוואונגען נאכ'ן [[אפמאך פון ווערסיי]] ביים ענדע פון דער [[ערשטער וועלט־מלחמה]].
שורה 72:
{{הויפט ארטיקל|פאריזער שלום קאנפערענץ}}
{{הויפט ארטיקל|אפמאך פון ווערסיי}}
די פירער פון די זיגרייכע אליאירטע כוחות זענען זיך צוזאמגעקומען אין [[פאריז]] אין 1919-תרע"ט אויךאויף צו באשליסן די טערמינען פון דעם שלום אפמאך. די פירער פון די גרויסמאכטן, פרעזידענט [[וואודרא ווילסאן]] פון [[אמעריקע]], פרעמיער מיניסטער [[דעיוויד לויד דשארדזש]] פון [[ענגלאנד]], און פרעמיער [[זשארדזעס קלעמענטשוי]] פון [[פראנקרייך]] האבן אנגעפירט מיט די דיסקוציעסדיסקוסיעס.
 
פרעזידענט ווילסאן איז געקומען צום קאנפערענץ טראץ די קעגנערשאפט פון זיינע יועצים מיט גאר אידיאליסטישע פלענער אויף איינצופירן א נייעם סדר פון שלום און [[קאאפעראציע]] צווישן לענדער און פעלקער. זיינע צילן זענען געווען אויסגעדרוקט אין זיינע [[פערצן פונקטן]]. דער הויפט פון די פערצן פונקטן איז געווען צו [[עטאביליזירן]] די [[פעלקער-ליגע]], וואס וועט צוזאם ברענגען אלע לענדער אין א געמיינזאמע ארגאניזאציע.
 
די אנדערע פירער פון די אליאירטע כחות האבן געהאט אנדערע פלענער. פראנקרייך האט איבערהויפט געהאט שטארק געליטן דורכויסדורכאויס דעם קריג, זייענדיג א בלוטיגע שלאכטפעלד במשך פון פיר יאר. [[קלעמענטשוי]] האט זיך דערפאר געשטעלט אויף שטרענגע באשטראפונגען אויף די בייגעקומענען פעלקער, ספעציעל אויף [[דייטשלאנד]].
 
נאָך שטרייפונגעןשטרייטונגען האבן זיך אנטוויקלט ווען [[איטאליע]] האט פערלאנגט געוויסע שטחים וועלכע די איליאירטע כחות, אן וועלכן אמת'ע רעכטן צו דעם, האבן זיי צוגעזאגט כדי זיי זאלן זיך אנשליסן מיט די אליאירטע כחות. ווילסאן האט זיך אויף דעם שטארק געבייזערט ווען ער איז דערפון געוואויר געווארן, און די איטאליענער האבן זיך אוועקגעטראגן פון דעם [[קאנפערענץ]] אלץ פראטעסט.
 
אין סוף האטאיז ווילסאן איינגעגעבןאיינגעגאנגען צו פילע פון די אייראפעישע פארלאנגען, מיט דער האפענונג אז דאס וועט צושטאנד ברענגען זיין פלאן אויף צו פארמירן די פעלקער-ליגע.
 
==== שטרענגע באשטראפונגען אויף די בייגעקומענע ====
דער פאריזער קאנפערענץ האט זיך געצויגן אויף זעקס מאנאטן. די בייגעקומענעבאזיגטע לענדער -- [[דייטשלאנד]], [[עסטרייך]], [[אונגערן]], [[בולגאריע]], און [[טערקיי]] -- האט מען נישט געלאזט אנטייל נעמען דורכאויס די געשפרעכן. צום ענדע זענען גערופן געווארן די דייטשע דעלעגאטן פון דעם [[וויימאר רעפאבליק]] אויף צו הערן די באשלוסן פון די זיגער, און אן קיין ברירה האבן זיי פראטעסטירנדיג געמוזט אננעמען דעם [[אפמאך פון ווערסיי]].
 
לויט דעם [[אפמאך פון ווערסיי]] האט דייטשלאנד געמוזט אננעמען די פולע אחריות פאר דעם קריג. זיי האבן זיך געמוזט אנטזאגן פון אלע זייערע [[קאלאניעס]], פארלוירן אן אכטל פון אירע שטחים אין אייראפע; די דייטשע רעגירונג האט געמוזט באצאלן אומגעהויערע סכומים אין געלט פארגיטונגען פאר לענדער וואס זענען געשעדיקט געווארן דורכ'ן קריג; און די דייטשע מיליטער האט מען פערבאטן פון האלטן ים אדער [[לופט כחות]], ערלויבנדיג נאר אן [[ארמיי]] פון 100,000 אויף צו באשיצן דאס לאנד. די דייטשע עקאנאמיע, פריער געווען דאס מערסטע פראדוקטיוו אין אייראפע, איז דערביי פארקריפלט געווארן.
 
די שווערע שטראפן אויף די דייטשן האבן אנגעברענגט א טיפע פארביטערטקייט ביים דייטשן פאלק. זיי האבן אנגעהויבן צו באשולדיגן אלע פראבלעמען אין זייער לאנד אויף די [[ברוטאלישע]] אומשטענדן וואס זענען אויף זיי געווארן ארויפגעצוואונגעןארויפגעצווינגען. דאס האט שטארק צוגעגעבן צו דייטשלאנד'ס שפעטערדיגע [[מיליטאנטישע]] ריכטונג.
 
אויך די אנדערע בייגעקומענע לענדער זענען ענליך באהאנדלט געווארן. טערקיי האט פארלוירן דאס רוב פון אירע שטחים צו גריכנלאנד. ענגלאנד און פראנקרייך האבן איבערגענומען די טערקישע שטחים אין דעם מיטל מזרח -- אריינגערעכנט [[סיריע]], [[פאלעסטינע]] ([[ארץ ישראל]]), [[מעסאפאטאמיע]] ([[איראק]]), און [[לבנון]] -- מיט א מאנדאט דאס צו האלטן ביז די ארטיגע איינוואוינער וועלן זיין גרייט אנצונעמען זעלבסטשטענדיגקייט.
שורה 105:
אין די זעלבע צייט האט [[אדאלף היטלער]], א געוועזענער עסטרייכישער סאלדאט וואס האט זיך אויסגעצייכנט אין דער [[ערשטע וועלט־מלחמה|ערשטער וועלט־מלחמה]] מיט זיין קוראזש און דרייסטקייט, געגרינדער דער '''''[[נאציאנאליסטישע סאציאליסטישע דייטשע ארבייטער פארטיי]]''''' אין דייטשלאנד, מער באקאנט אלץ דער [[נאציזם|נאצי]] פארטיי, מיט'ן ציל אויף צו איבערדרייען די א.ג. אומרעכטן וועלכע זענען אויף זיי ארויפגעטון געווארן.
 
אין די 20'ער יארן איז דער [[נאצי]] פארטיי אלץ געוואקסן אין מאכט, פארשטערקערט דורך די עקאנאמישע ייאוש און פארביטערטקייט אנטקעגן די זיגער פון דער [[ערשטע וועלט־מלחמה|ערשטער וועלט־מלחמה]]. אין 1923-תרע"ג האט היטלער געפרואווט איבערנעמען די מאכט אין דייטשלאנד דורך די א.ג. [[מינכען ביר זאל פוטש]]. דער פוטש איז אדורכגעפאלן, און [[היטלער]] איז פאראורטיילט געווארן אויף פינף יאר [[טורמע]], פון וועלכע ער איז סך הכל געזעצן אכט מאנאטן. אין די מאנאטן האט ער אפגעשריבן דעם [[בוך]] "'''''מיין קאמפף'''''", אין וועלכע ער האט אויסגעלייגט זיין חזיון פאר'ן עתיד פונ'ם דייטשן פאלק און דער פלאן דאס אדורכצופירן. אין דעם בוך, אלץ טייל פון זיינע טעאריעס וועלכע זענען געווען אין גרונד פון זיין [[ראסיזם|ראסיסטישע]] [[אידעאלאגיע]], טייטלט ער אן אויף דאס אידישע פאלק אלץ דאס גרעסטע סכנה פאר'ן דייטשן פאלק און איר לעבנסגאנג און [[קולטור]].
 
כאטש דער פוטש איז דורכגעפאלן, איז דאס געווען א [[פראפאגאנדישער]] זיג, דורך וועלכע פיל מער דייטשן זענען געקומען אין באקאנטשאפט מיט היטלער און זיינע שטרעבונגען, און דער נאצישער פארטיי איז דערפון נאר שטערקער געווארן.
שורה 111:
[[טעקע:Hitlermusso.jpg|קליין|250px|[[היטלער]] מיט [[מוסאליני]].]]
==== היטלער נעמט איבער די מאכט ====
אין 1932-תרצ"ב איז דער דייטשער פרעזידענט, [[פאול וואָן הינדענבערג]], איבערגערעדט געווארן צו באשטימען היטלער אלץ דייטשער קאנצעלארקאנצלער (פרעמיער מיניסטער). נאכןנאך וואלן ווען דער נאצי פארטיי האט זייער שטארק אויסגענומען. ביז 1933 ווען הינדענבערג איז געשטארבן איז היטלער געווען געבינדן. אין 1933-תרצ"ג האט ער מבטל געווען דעם קאנסטיטוציע און דעקלערירט מיליטעריש געזעצליכקייט. ער האט דערביי געפירט דורך אייגענע באפעלן. מיט'ן טויט פון הינדענבורג האט היטלער פאראייניגט זיין מאכט אלץ דיקטאטור, און אגרעסיוו זיך ארויסגעלאזט איבערבויען די דייטשע ים און לופט מאכטן.
 
==== מיליטערישע מאכט אין יאפאן ====
שורה 117:
 
=== אגרעסיווע שריטן און אפמאכן ===
אנגעהויבן אין 1931-תרצ"א האט [[יאפאן]], און דערנאך דייטשלאנד און איטאליע, אנגענומען א בולט'דיגער אגרעסיווע שטעלונג. זייערע שריטן זענען פארדאמט געווארן דורך דער [[ליגע פון פעלקער]], אבער עס איז גארנישט געטאן געווארן זיי אפצושטעלן. אין 1935-תרצ"ה האבן דייטשלאנד און יאפאן זיך ארויסגעצויגן פון דער [[ליגע פון פעלקער]] און איטאליע האט זיי נאכגעטון צוויי יאר דערנאך. אין 1936-תרצ"ו האבן דייטשלאנד און איטאליע געשלאסן אן אליאנץ, וועלכע האט זיך גערופן דער [[רוים-בערלינער אַקס]]. אין 1940-ת"ש האט יאפאן זיך צו זיי צוגעשטעלט, און עס איז פארמירט געווארן דער [[רוים-בערלין-טאָקיאָער אַקס]].
 
 
 
==== יאפאן אינוואדירט כינע ====
אין 1931 - [[תרצ"א]] האט יאפאן אינוואדירט און אקופירט דער כינעזישער [[פראווינץ]] [[מאנכוריע]], וועלכע איז געווען רייך מיט עקאנאמישע מיטלען. דער יאפאנעזישער ארמיי האט צוביסלעך אוואנסירט טיפער און טיפער אריין אין כינע, און ביז 1938-תרצ"ח האבן זיי קאנטראלירט דאס רוב פון מזרח כינע. ווען דער [[ליגע פון פעלקער]] האט נישט באוויזן אפצושטעלן דעם דרייסטן און גרונדלאזן אנגרייף האבן די [[דיקטאטור]]ן אין אייראפע דאס אין אכטאינאכט גענומען.
 
==== איטאליע אטאקירט עטיאפיע ====
איןאייראפע האט [[מוסאליני]] גענומען דעם ערשטן בולט'דיגן אגרעסיוון שריט. אין 1935 - [[ה'תרצ"ה]] האט ער געשיקט זיין מיליטער אויף איינצונעמען [[עטיאפיע]] אין מזרח [[אפריקע]]. דער [[ליגע פון פעלקער]] האט באשטימט אז איטאליע איז דער אנגרייפער, און זיי האבן באשטימט ארויפצולייגן אויף איטאליע עקאנאמישע [[סאנקציעס]]. ענגלאנד און פראנקרייך זענען אבער נישט וויליג געווען זיך צו פארפרעמדן פון איטאליע, און נישט ערצווינגען די סאנקציעס.
 
==== דייטשלאנד פארגרעסערט איר הערשאפט ====
אין די זעלבע צייט וואס מוסאליני האט אנגעגרייפטאנגעגריפן עטיאפיע, האט היטלער געשיקט זיין ארמיי אריין אינ'ם רהיינלאנד, א שטח וואס האט געזאלט פארבלייבן דע-מיליטעריזירט לויט'ן ווערסיי אפמאך. ענגלאנד און פראנקרייך האבן געהאט די מעגליכקייט אפצושטעלן די שריטן. זיי האבן זיך אבער געפארכט אז מיט דעם וועלן זיי ריזיקירן א נייעם קריג, און זיך פון דעם צוריקגעהאלטן. זייער מיינונג איז געווען אז אויב מען וועט היטלער'ן נאכגעבן וועט ער זיין צופרידנגעשטעלט.
 
==== עסטרייך ====
די ארטיגע נאכפאלגער פון די נאצי פארטיי אין דייטשלאנד האבן דערווייל אנגעהויבן צו העצן אויף '''אנשלאס''', זיך צו פאראייניגן מיט דייטשלאנד.

ערמוטיגט פון זיין דערפאלג אינעם [[רהיינלאנד]], האט היטלער אריינגעשיקט זיין ארמיי אין עסטרייך און איבערגענומען דעם רעגירונג.
 
==== טשעכיי ====
דער נעקסטער ציל פון היטלער איז געווען דער [[סודעטענלאנד]] אין טשעכיי. דער סודעטענלאנדסודעטן געביט איז געווען מערסטנס באוואוינט מיט דייטשע אפשטאמיגע. ענגלאנד און פראנקרייך האבן זיך געזען דערביי אין א פארלעגנהייט. לויט פריערדיגע אפמאכן זענען זיי געווען פארפליכטעט אויף צו באהיטן קעגן אנגרייפענישן אויף טשעכיי. אבער זיי האבן דאך געזוכט צו פארמיידן א קריג.
 
===== דער מינכן אפמאך =====
שורה 143 ⟵ 145:
 
==== פארלאנגען אויף פוילן ====
אין [[מערץ]] 1939-תרצ"ט האט היטלער געוואנדן זיינע בליקן צום מזרח זייט אויף [[פוילן]], און פארלאנגט אז די שטאט [[דאנציג]], וואס איז געווען באהערשט דורך דייטשלאנד, זאל האבן א קארידאר, אדער א שטריך פון שטח, דורך פוילן, אויף צו באהעפטן דייטשלאנד מיט דער דייטשע שטאַט [[מזרח פרוסיע]], וועלכע איז געווען פון איר אפגעטיילט לויטן [[אפמאך פון ווערסיי]]. פוילן האט אים אפגעזאגט.
 
==== דער רוסיש-דייטש אפמאך ====
שורה 153 ⟵ 155:
=== די אינוואדירונג פון פוילן ===
[[טעקע:Polish infantry.jpg|קליין|250px|פוילישע אינפאלטרי ביים ''סעמטעמבער קאמפיין'']]
[[סעפטעמבער 1]]: אין די פרימארגן שעה'ן האבן דייטשע לאנד און לופט כחות אנגעגרייפטאנגעגריפן פוילן, אנגעגעבנדיג אן אויסרייד אז פוילן האט פריער באפאלן א דייטשע מיליטערישע פאזיציע אויף דער גרעניץ. די לופטוואפע האט בליץ שנעל פארניכטעט דעם קליינעם פוילישן לופט-קראפט, נאך איידער די עראפלאנען האבן זיך געקענט הייבן. דייטשע קריגס עראפלאנען האבן דערנאך באמבאדירט פוילישע שטעט, באן שינעס, בריקן, און [[קאמוניקאציע]] ליניעס. אין דער זעלבער צייט האבן די דייטשע ארמייען, אין שפיץ פון די ''פאנצער'' [[טאנק]]ען אפטיילונג, אוואנסירט אריין אין פוילן.
 
אום [[3טן סעפטעמבער]] האבן [[בריטאניע]] און [[פראנקרייך]] דערקלערט קריג קעגן [[דייטשלאנד]]. פראנקרייך האט דורכגעפירט א באגרעניצטע [[אפענסיווע]], וואס איז גרינג איינגעשטילט געווארן דורך דייטשלאנד. ענגלאנד האט נישט געהאט גענוג צייט זיך צו [[מאביליזירן]] אויף דירעקט צו פארטיידיגן פוילן.
 
ביז 17 טעג האבן די דייטשן גרינג און שנעל געהאט דורכגעשניטן אלע פוילישע דעפענסיעס. אום [[17טן סעפטעמבער]] האט [[רוסלאנד]] אינוואדירט [[פוילן]] פון דער [[מזרח]] זייט לויט'ן פריערדיגן אפמאך מיט די דייטשן, זייענדיג פארזיכערט קעגן יעדן ווידערשטאנד, אריינווארפענדיג די פוילישע כוחות אין נאך א גרעסרן כאאס צושטאנד דורך דאסדי עפענונג פון א צווייטן פראנט. דער איבערגענומענער פוילן איז דאן צוטיילט געווארן צווישן די צוויי אייננעמער. די רוסן האבן באלד דערנאך געצווינגען די [[באַלטישע]] לענדער]] -- [[לאטוויע]], [[ליטע]], און [[עסטאניע]] -- צו שליסן מיט זיי אפמאכן צו דערלויבן רוסישע מיליטער באַזעס אין זייערע לענדער.
 
א טאג שפעטער, דעם [[18טן סעפטעמבער]], זענען דער פוילישער פרעזידענט מיט זיין הויפט קאמאנדיר אנטלאפן קיין [[רומעניע]].
שורה 165 ⟵ 167:
דעם [[6טן אקטאבער]] האבן זיך די לעצטע פוילישע קעמפער אונטער געגעבן פארן שונא.
 
טראץ די העלדישע ווידערשאטאנד וואס די פאלאקן האבן באוויזן, האבן זיי דאך נישט געהאט קיין שאנס מיט זייערע פערד און וואגן קעגן די [[סאפסטיקירסטע]] מאדערנסטע דייטשע ארמיי און לופט באמבארדירונגן. די פאלאקן זענען געפאלן ווי די פליגן פון די באמבעס וואס האט אראפגערעגענטאראפגערעגנט אויף זיי.
 
פוילן האט זיך אפיציעל נישט אונטערגעגעבן. אסאך זעלנער זענען אנטלאפן און זיך באהאלטן נאכן '''סעפטעמבער קאמפיין''', און זיך דערנאך אנגעשלאסן אין די [[פארטיזאנער]] אונטערוועלט קעמפער צו העלפן די אליאירטע כוחות. שפעטער האט זיך געגרינדעט א פוילישער ארמיי אונטער'ן קאמאנד פון דעם פוילישן פרעזידענט אין גלות. שפעט אריין אין קריג ווידער האט זיך געגרינדעט א קעגנזייטיגע פוילישע ארמיי אונטער די רוסן, וועלכע זענען געווען די וואס האבן געקעמפפט און שפעטער אריינמארשירט אין פוילן אונטער דער רוסישע [[קאמאנד]].
שורה 171 ⟵ 173:
=== דער קריג גייט אין מערב אייראפע ===
 
נאכן פאלן פון פוילן, האט זיך די דייטשע ארמיי צוזאמגענומען די כוחות און זיך רעארגענאזירטרעארגאניזירט דורכאויס דעם ווינטער-סעזאן פון 1939 - 1940 ביז [[אפריל]]. דערווייל האבן זיך די בריטישע און פראנצויזישע ארמייען געפינען אויף דער [[דעפענסיווע]]. דעם טערמין ''זיץ קריג'' האבן זשורנאליסטןגעגעבן[[זשורנאליסט]]ן געגעבן דעם-דאזיגן פעריאד ווייל ווייניג אקטיווע קאנפליקט איז דאן פארגעקומען.
 
 
==== אינוואדירונג פון נארוועגיע און דענמארק ====
די שטילקייט איז געבראכן געווארן [[אפריל 9]] ווען די דייטשן האבן געלאנדעט אן איבעראשענדער קראפט אויף די הויפט פּאָרטן פון [[דענמארק]] און [[נארוועגיע]]. דענמארק, אן קיין ערנסטע דעפענסיע מיטלען, איז איינגענומען געווארן אין איין טאג. אין [[נארוועגיע]] האבן די דייטש איינגענומען דער הויפט שטאט [[אַסלאָו]] ביז צוויי טעג, ארויסגעהאלפן דורך [[נארוועגישע]] נאצי [[סימפאטיקער]] אין שפיץ פון [[ווידקון קוויסלינג]], וועלכער האט שפעטער אנגעפירט דעם דייטש-קאנטראלירטער רעגירונג פון אקופירטער נארוועגיע.
 
די רעגירונג האט זיך אוועקגעצויגן אריין אין צענטראל נארוועגיע ווי די נארוועגישע מיליטער האט נאך אנגעהאלטן צו קעמפפןקעמפּפן. ענגלישע און פראנצויזישע כחות זענען געשיקט געווארן זיי ארויסצוהעלפן, אבער זיי האבן זיך שנעל געמוזט צוריקציען. [[אפריל 30]] איז דער נארוועגישער קעניג '''[[האַאקאָן דער פינפטער]]''' אנטלאפן מיט זיינע מיניסטארן קיין לאנדאן און אוועקגעשטעלט די נארוועגישע רעגירונג אין גלות.
 
==== בעלגיע, האלאנד, און לוקסעמבורג ====
שורה 188 ⟵ 190:
אויפן פראנט אין [[ראטערדאם]], האבן די דייטשן באוויזן צו איינעמען בריקן דרום פון שטאט. געארג פאן קיכלער, דער דייטשער קאמאנדיר, האט געוואלט ברעכן די "האלאנדישע פעסטונג", וואס איז געווען שווער באשיצט, און אנצוקומען האט מען געמוזט דורך גיין עטליכע וואסער בלאקאדעס.
 
פראנצויזישע הילף וואס איז געקומען מיט גענעראל זשירא, האט פרובירט צוריק האלטן די דייטשן מיט זייער פארשריט אין האלאנד, אבער זיי זענען באזיגט געווארן, און האבן זיך צוריקגעצויגן קיין ברעדא. די דייטשע זעלנער האבן אריבערגעשפרייזט צוויי בריקן, און זענען אנגעקומען דידעם 12טע12טן מיי, ביז צו די ברעגעס פון נווועמאס טייך, נאנט צו ראטערדאם, אבער די דייטשע טאנקן זענען שטעקן געבליבן, און נישט געקענט אריבערפארן די בריקן.
 
פונקט ווי זייער אינוואזיע אין פוילן, האבן די נאציס דא אויך באנוצט מיט די לופטוואפע, וואס האט אין א בליץ קריג מיט א שטארקע קראפט, פארניכטעט די שטעט אין האלאנד, ראטערדאם איז געווארן א שטאט מיט חרוב געווארענע געביידעס, און אין 14טע14טן מיי, האט די שטאט זיך אונטערגעגעבן.
 
די קעניגן און די מיניסטארן, זענען אנטלאפן קיין לאנדאן. די שעף פון גענעראל שטאב פון דער האלאנדישער ארמיי, גענעראל ווינקעלמאן, האט פארארדענט דאס אונטערגעבן פון האלאנד צו די דייטשע אינוואדירער.
 
 
אויפן זעלבן טאג האבן דייטשע זעלנער אטאקירט [[בעלגיע]], אן קיין אולטימאטום אדער ווארענונג. די בעלגישע קרעפטן האבן העלדיש פארטיידיקט זייער לאנד, און מיט הילף פון פראנקרייך און גרויסבריטאניע, פרובירט אפצושטויסן די דייטש, אבער די דייטשן אין זייער קריג, האבן פאראורזאכט שווערע פארלוסטן, פאר די אליאירטע ארמייען. די דייטשן האבן אויפגעבויט אויף די בעלגישע קאנאלן און טייכן, בריקן פון גומי שיפן, און האבן באוויזן אריבערצופירן אין איין טאג, צוויי דיוויזיעס פון טאנקן אין די סעדאן געגנט. ווי אויך האבן די דייטשן פארכאפט מערערע בריקן, און אומגעברענגט די זעלנער וואס האבן געהיט אויף די דורכגענג.
 
די אכען אמאל פעסטונג, איז געווען א שווער פארפאנצערטע פעסטונג, וואס געפונט זיך אין א סטראטעגישע פונקט, ווי די מעז טייך, און די אלבערט קאנאל טרעפן זיך. די דייטשן האבן איינענומען די פעסטונג, אין אן אקציע, די דייטשע אויפטו איז געווען, דאס אויפבויען א פעסטונג, אין זעלבן מאדעל פון די אכען אמאל, און טרענירן ספעציעלע קרעפטן דאס איינצונעמען, וואס דערפאר ביים עס פאקטיש דורכפירן אין די ווירקליכקייט, האבן זיי גרינגערהייט איינגענומען די פעסטונג.
 
די דייטשן האבן שנעל פאראויס מארשירט קיין סעדאן, און גארנישט איז זיי געשטאנען אין וועג, נאכן ברעכן דאס ערשטע ליניע, האבן די בעלגישע און די אליאירטע, נישט געהאט קיין אונטערשטע ליניע, ווי זיך צו פארטיידיקן. אום 24סטן מיי, האבן די דייטשן איינגענומען צוויי פארט שטעט, באליא און קאַלע, און האבן זיך געפונען דרייסיק קילאמעטער פון דונקירק, די אליאירטע קרעפטן האבן זיך געפונען אין א פאסטקע, זייענדיק ארומגערינגעלטארומגערינגלט פון אלע זייטן. די געפאנצערטע דיוויזיעס פון דייטשלאנד, האבן זיך געגרייט אנצוגרייפן די אליאירטע ארמייען, און זיי געבן א טויט קלאפ. עס איז אומפארשטענדליך פארוואס, די דייטשן האבן אפגעשטעלט זייער פארשריט.
 
אום 28סטן מיי, האט דער קעניג, [[לעאפאלד דער דריטער פון בעלגיע]] אונטערגעשריבן דאס אונטערגעבונגס דאקומענט פאר דייטשלאנד.
שורה 211 ⟵ 213:
אום 27סטן מיי זענען אריבערגעפירט געווארן 7,000 זעלנער, אויפן 28סטן 17,800, אויפן 29סטן 47,300 סאלדאטן, און אויפן 30סטן מיי 54,000 סאלדאטן זענען אריבערגעפירט געווארן קיין ענגלאנד, אויף צו מארגנס זענען 68,000 זענלנער אריבער געפירט געווארן, פון 2טן ביז דעם 4טן יוני, האבן די בריטישע אריבערגעפירט נאך 88,000 סאלדאטן.
 
די גרעסטע ריקצוג פון דער היסטאריע האט געראטעוועט 338,226 לעבנס, אבער סמערהייטס'מערהייט וואפן און מיליטערישע כלים, זענען פארבליבן אין דענקירק.
 
==== די אינוואזיע אין פראנקרייך ====
אום [[14טן יוני]] [[1940]], האט דייטשלאנד אנגעהויבן זייער אטאקע קעגן [[פראנקרייך]], מיט אן אויסגערעכנט אטאקע אויסמיידנדיק די [[מאזשינא ליניע]], האבן די דייטשן אטאקירט פון די ארדענעס וואלד, א וואלד פארעכנט ביז דאן, אלס אומדורכבאר.
 
די סיטואציע פון די פראנצויזן איידערן קריג, איז שוין אזוי אויך געווען הילפסלאז, מיט אנטלאפענע פון בעלגיע. נאך איידער סיי וואס, האט [[בעניטא מוסאליני]], רעגירער אין [[איטאליע]], דערקלערט קריג קעגן פראנקרייך, אויפן 10טן יוני, עטליכע טעג דערויף, האבן די דייטשן אנגעהויבן זייער [[בליצקריג]], קעגן די פראנקן. די קריג איז געווען א פארלוירענער פון דער ערשטער מינוט, און די שיקזאל פון [[פאריז]], איז שוין געווען באוויסטבאוואוסט ווען די דייטשן האבן קוים אריבערגעשפרייזט די גרעניץ.
 
די הערשער אין פראנקרייך האבן אונטערגעגעבן פאריז אויף א גאלדענע טאץ, נישט ווילניקווילנדיק אז די חורבן פון ווארשע און ראטערדאם, זאל קאפירט ווערן אויף זייער [[הויפטשטאט]]. די רעגירונג איז אנטלאפן קיין בארדא, און טשערטשיל האט פארגעשלאגן א פלאן, אז פראנקרייך זאל פאראייניקט ווערן מיליטעריש מיט גרויסבריטאניע, פראנקרייך האט קאטעגאריש אפגעווארפן די פארשלאג.
 
רינו דער פראנצויזישער פרעמיער האט רעזיגנירט, [[אנרי פיליפ פעטען]] האט איבערגענומען. ער האט אריבערגעפירט די רעגירונג קיין [[ווישי]], ער האט קאפיטולירט, און האט אנגעבאטן א פרידנס צושטאנד מיט די דייטשע אקופירער. די אפמאך איז פארגעקומען אין קאמפיאן וואלד, אין די זעלבע באן וואגאן, ווי דייטשלאנד האט געמוזט אונטערשרייבן זייער קאפיטולאציע, צו די פראנצויזן, ביים ענדע [[ערשטע וועלט־מלחמהוועלט מלחמה]].
 
די וועלט איז געווען ערשטוינט, ווי פראנקרייך איז אזוי שנעל געפאלן, און זיך אונטערגעגעבן צוצום די נאצישענאצישן טייוול. פעטען האט אויפגעשטעלט די [[ווישי רעגירונג]], וואס איז מיט גארנישט געווען בעסער פון די נאציס, וואס האט זיך געפונען אינעם אינעווייניגסטן טייל פון פראנקרייך, די ברעגעס מיטן [[אטלאנטישן אקעאן]], האט דייטשלאנד אנעקסירט. אויפן [[27סטן אקטאבער]], האט [[שארל דע גאל]] דערגרייכט ענגלאנד, און האט דארט געגרינדעט די רעגירונג פון די [[פרייע פראנקרייך]] אין גלות, און האט אנגעהויבן אויפשטעלן א פראנצויזישע מיליטער, מערסטנס געראטעוועטע זעלנער פון דענקירק.
 
דעם 24סטן יוני, האט פעטען אונטערגעשריבן, דעם אונטערגעבונגס אפמאך מיט איטאליע, אין [[רוים]].
 
==== די שלאכטן אויף ענגלאנד ====
'''אפעראציע ים לייב''', איז געווען דער געהיימע נאמען פאר די שלאכטן קעגן ענגלאנד. [[הערמאן גערינג]], דידער גענעראל פון די [[לופטוואפע]], איז געווען פארזיכערט אין דורכפירן מאסיווע אטאקעס פון די לופט, ער האט אבער פארזען די עקשנות, פון דאס ענגלישע פאלק.
 
[[גרויסבריטאניע]], האט פלוצים זיך געזען איינזאם אויפן שלאכטפעלד, פראנקרייך איז געפאלן, [[שפאניע]] מיט פראנקא, וועלן גאנץ מעגליך זיך אנשליסן צו היטלער, די [[סאוועטן פארבאנד]], איז געווען פארפליכטעט צו די [[ריבענטראפ מאלאטאוו אפמאך]], די [[פאראייניקטע שטאטן]] איז נייטראל. די [[בריטישע ארמיי]] האט געליטן שווערע פארלוסטן אין אלע הינזיכטן, די קעניגליכע לופט קרעפטן איזזענען געווען צעשמעטערט, די [[ים פלאט]] שיפן זענען אדער דערטראנקען געווארן אדער פארקריפלט, און רוב מיליטערישע געצייג, זענען פארבליבן אין דענקירק.
 
אום [[11טן אויגוסט]] [[1940]], האט די לופטוואפע צום ערשטן מאל באמבארדירט [[לאנדאן]], אויף א שרעקליך מאסיווע פארנעם, טויזנטער בירגער האבן פארלוירן זייערע לעבנס, און טויזנטער אנדערע האבן זיך אריבערגעצויגן צו דער [[לאנדאנער אונטערגרונט]], צום ווונדערווינדער פון די וועלט, די ענגלישע בירגער האבן נישט פארלוירן זייער געמיט. די קעניגליכע לופט קרעפטן, האבן זיך גענומע בויען קאמפס עראפלאנען מיט א שנעלן אימפעט, און האבן געהאט א סוקסעס ביים אונטערווארפן דייטשע פליגערס.
 
אלע גרויסע שטעט אין לאנד, האבן געהאט צו ליידן פון די אטאקעס, [[מאנטשעסטער]], [[ליווערפול]], און נאך. שפעטער זענען וואלונטירן פון די אנדערע לענדער אנגעקומען, און צוזאמען מיט זיי, האט די דייטשע לופטוואפע אנגעהויבן ליידן פארלוסטן, אין הינטגעפעכטן (פליגער קעגן פליגער קאמף אויסדרוק).
 
גערינג וועלכע האט ביז דאן געזען פאר צילן די ענגלישע מיליטער, האט באשלאסן צו אטאקירן בלויז ציווילע צילן, וואס האט געגעבן אן אפרואפרוה פאר די לופט קרעפטן, זיך צו רעארגאניזירן. יעדע נאכט האבן 250 דייטשע עראפלאנען באמבארדירט לאנדאן, די מיליטער האט געשטעלט ראקעטן קעגן עראפלאנען, זייערע אויפטוען זענען געווען מינימאלע. דאס שטארקייט פון די ענגלישע פאלק, איז באווונדערטבאווינדערט געווארן, איבער דער גארער וועלט.
 
== דער קריג פארברייטערט זיך ==
שורה 254 ⟵ 256:
 
=== אמעריקע קומט אריין אין דער קריג ===
 
==== דער אנגרייף אויף פערל הארבאר ====
 
שורה 259 ⟵ 262:
יאפאנעזישע קראפטן האבן געזיגט אין ים־קריגן אין די [[דרום כינע ים]], [[דזשאווא ים]] און [[אינדישער אקעאן|אינדישן אקעאן]], און האבן באמבארדירט די אליאירטע פלאט באזע אין [[דארווין, אויסטראליע|דארווין]], [[אויסטראליע]]. 
==== די יאפאנעזער אינוואדירן די פיליפינען ====
 
==== מאלאיא, האנג קאנג, און סינגעפאר ====
 
==== דאס אייננעמונג פון בורמא ====
 
==== דער רעדל הייבט זיך אן צו דרייען ====
 
=== אנטוויקלונגען אין צפון אפריקע און אייראפע ===
 
==== דער שלאכט אין על אלאמעין ====
 
==== דער רוסישער פראנט ====
 
==== דער שלאכט אין סטאלינגראד ====
[[טעקע:Friedrich Paulus.jpg|קליין|100px|פעלדמארשל ''וואן פאלאוס'' געט זיך אונטער צוזאמן מיט די גאנצע זעקסטע ארמיי צו מאשל זאקאב נאך די סטאלינגראד שלאכטן.]]
[[נאוועמבער]]: נאך 2צוויי חדשים ביטערע שלאכטן אויף די גאסן אין סטאלינגראד נעמען די דייטשן איין 90% פון שטאט.
די רוסן האבן אבער זיך צוגעגרייט מיט מאסיווע כוחות אין די זייטן פון סטאלינגראד,. זיי האבן אנגעהויבן די ''אפעאציעאפעראציע אוראנוס'' אום [[נאוועבמער 19]], און מיט צוויי פראנטאןפראנטן האבן זיי ארומגענומען די זעקסטע ארמיי אין א טרעפפּאַסטקע אין שטאט קאלאך אינגאנצן 4 טאג שפעטער.
 
[[יאנואר]]: די דייטשדייטשן האט זיך געבעטן ביי [[היטלער]] מיט מיואש'דיגע טעלעגראפעס ער זאל זיי לאזן אנטלויפן פון שלאכט, אבער היטלער האט בשום אופן נישט מסכים געווען, צוזאגענדיג, לופט שטיצע,
 
[[יאנואר 30]] היטלער דערהייבט גענעראל וואן פאלאוס צום ראנג פון ''גענעראלפעלדמארשל'', וואס דאס איז די העכסטע כבוד, כדי ער זאל פייטןזיך שלאגן ווייטער פארן רייך אין סטאלינגראד ביזן לעצטן מענטש.
[[טעקע:Ww2 Stalingrad GermanSoldiers.jpg|right|thumb|250px|דייטשע סאלדאטן אין סטאלינגראד שלאכטן.]]
 
די זעלבע צייט האבן די סאוויעטן אראפגעבינדעןאראפגעבינדן די דייטשדייטשן אינדערויסן פון מאסקעווע[[מאסקווע]], כדי ער זאל נישט קענען קומןקומען צו הילף צו די זעקסטע ארמיי אין סטאלינגראד.
 
[[דעצעמבער]]: דייטשע הילף כוחות קומען אן אין 30 מייל נאנט צו די געטרעפטעפארכאפטע זעקסטע ארמיי כוחות אין סטאנליגראד, בעפאר זיי ווערן צוריקגעוויזן פון די סאוויעטן. ביים ענדער פון יאר, זענען די זעקסטע ארמיי כוחו דערשטיקט און ערשעפט האבנדיג נאר באקומן א זעקסטל הילף סופלייען פון די צוגעזאגטע לופט כוחות.
 
[[2 פעברואר]] [[1943]]: ענדליך די זעקסטער ארמיי איז גענצליך ארום גענומען פון די סאוויעטען, נייער געקרוינטער ''גענעראלפעלדמארשל''' וואן פאלאוס געבט זיך אונטער צום רויטן ארמיי. נאר 91,000 ארעסטאנטן זענען גענומען געווארן אין געפעגעניש, אריינגערעכט 22 גענעראלן.
שורה 287 ⟵ 296:
 
== 1943: דער קריג דרייט זיך ==
 
=== דייטשע און רוסישע פרילינג אפענסיעס ===
נאך די מפלה וואס די דייטשן האבן געכאפט אין סטאלינגראד, האבן די רוסן רייך פון מארלישעמאראלישע טריאומפ זיג אנגעפירט 8 אפענסיעסאפענסיוועס דורכאויס די ווינטער, רוב פון די זענען געווען [[קאנצעטרירטקאנצענטרירט]] אין געגענטער נעבן סטאלינגראד, ביז די דייטשן האבן זיך יא געשטארקט און צוריק באקומען די כוחות.
 
=== זומער דייטשע אפענסיעס ===
=== ענדגילטיגע זיג אין צפון אפריקע ===
 
=== די אינוואזיע פון סיציליע ===
 
=== מוסאליני פאלט ===
 
=== די אינוואזיע פון איטאליע ===
 
=== זיגן אויפן פאציפיק ===
 
=== אליאירטע קאנפערענצן ===
 
==== קאסאבלאנקא ====
 
==== קוויבעק ====
 
==== מאסקווע ====
 
==== טעהראן ====
 
שורה 308 ⟵ 327:
 
== די אינוואזיע אויף נארמאנדיע ==
אום [[יוני 6 1944]] (באקאנט אלס דער [[די דעי]] האבן די אליאירטע אויפגעפנט א ברוטאלן און ווירקזאמער פראנט פון מערב זייט אריבערשווימענדיג פון ענגלאנד צו דעם פראנצויזישן פארט אוןאין נרמאדיענארמאדיע האפפען. ווי עס הייסט היינט זענען איבערגעבליבן פון דעם לאנדונג עטליכע הונדערט טויזנט טויטע, אבער דאס איז געווען דער פאטעלער טויט קלאפ פאר די נאציס מיט דעם גאנצן פאשיסטישן אקס, דאס איז געווען אויסגערעכנט ביזן קלענסטן דעטאל דורכך דעם בארימטן [[גענעראל]] און שפעטערדיגער [[פרעזידענט]] [[דווייט דעיוויד אייזנהאוער]] און פון דארטן און ווייטער איז שוין אלעס געגאנגען ווי געשמירט און ביז א צירקע 11עלף מאנאטן אום [[מאי 8 1945]] האט שוין דייטשלאנד אונטערגעשריבן דעם וואפן שטילשטאנד אפמאך דורך .
 
=== נארמאנדיע איינגענומען ===
 
=== אליאירטע פארשריטן ===
 
=== דער פארזוך אויף היטלער'ס לעבן ===
 
=== אומערפאלג אין די נעדערלענדער ===
 
=== אטאקע אויף דייטשלאנד ===
 
==== דער שלאכט פון ארדענעס ====
 
==== די רוסן אנטקעגן דייטשלאנד ====
 
שורה 322 ⟵ 346:
 
== דער קריג אין דער פאסיפיק גייט אן ווייטער ==
 
=== איווא דזימא ===
 
שורה 329 ⟵ 354:
 
=== די שלאכטן אין פאסיפיק ענדיגן זיך ===
 
==== די יאפאנעזער גיבן זיך נישט אונטער ====
 
==== סטראטעגישע באמבאדירונג פון יאפאן ====
 
=== דער קריג איז געענדיגט ===
 
==רעפרענצן==
 
שורה 338 ⟵ 366:
* [[צווייטע וועלט־מלחמה רעגירער|פערזענלעכקייטן פון דער צווייטער וועלט־מלחמה]]
 
== וועב לינקען ==
[[קאַטעגאָריע:צווייטע וועלט־מלחמה|*]]
* ביי אנציקלאפעדיע פון די [[ידיעות אחרונות]] http://www.ynet.co.il/yaan/0,7340,L-23955-PreYaan,00.html
 
[[קאַטעגאָריע:צווייטע וועלט־מלחמה|*וועלט מלחמה]]
[[קאַטעגאָריע:היסטאריע פון פוילן]]