אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פאלשע געלט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Bot: Migrating 1 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q502918 (translate me)
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 6:
די מינט דעפארטמענט ווייסט אויך פון דעם סוד אז יוגנטליכע און אויך פראפעסיאנאלע גנבים מאכן נאך געלטער און האבן דערפאר א ספעציעלע שטאב מיט עקספערטן וועלכע געבן זיך אפ מיט'ן פראדוצירן די וואלוטע מיט די מאקסימום זיכערהייט מאסנאמען וועלכע עס זאל זיין שווער נאכצומאכן. פון עטליכע פיס ווייט וועט א מענטשליכער אויג נישט באמערקן קיין חילוק צווישן אן עכטע און א פאלשע באנקנאט, אבער איינמאל מען קוקט דערויף פון דער נאנט דארף מען שוין נישט זיין קיין גרויסער עקספערט צו באמערקן די פאלשקייט.
פארשטייט זיך אז די פראפעסיאנאלע פעלשער מאכן א בעסערע דזשאב ווי די יוגנטליכע וועלכע טוען דאס מער פאר אינטערעסאנקייט ווי צו באגיין א פארברעכן{{מקור}}. נאכגעמאכטע געלטער פון פראפעסיאנאלע שווינדלער קען מען שווער באמערקן און טיילמאל וועלן עס אפילו די מאשינען נישט אויפכאפן. די מינט דערפארטמענט איז נישט באזארגט איבער די יוגנטליכע כאטש זיי פראדוצירן זייער אסאך פאלשע געלט ווייל אין רוב פעלער כאפט מען זיי גענוג שנעל נאך איידער עס איז געווען א שאנס עס זאל זיך ערנסט צעשפרייטן. אבער מיט די פראפעסיאנאלע פעלשער קען מען זיך שווער אן עצה געבן ווייל ווי פארגעשריטן די מינט דעפארטמענט ווערט אלס מער פארגעשריטן ווערן זיי.
לאמיר ערשט געבן א בליק אויף דעם באנקנאט און זען וואספארא סודות עס ליגן דארט באהאלטן: