אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יואל טייטלבוים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל־אנווענדונג רעדאַקטירונג
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 46:
כאטש ער (קאסטנער) האט נאר געוואלט ראטעווען אונגארישע [[ציוניסט]]ן מיט דער [[באן]], וואס איז געפארן אויף דער שווייץ, דאך האט ער מיט געלאזט אפאר [[רעליגיע|רעליגיעזע]] [[איד|אידן]] און צווישן זיי דער [[סאטמאר (הויף)|סאטמארער]] רבי '''רבי יואל''' פאר אסאך געלט וואס איז צאמגעשטעלט געווארן דורך זיינע חסידים און סימפאטיקער איבער דער וועלט.
 
אויפן וועג איז די באן פארדרייט געווארן דורך די [[דייטשן]] צו [[בערגן בעלזן]] וואו זי איז געבליבן פיר [[מאנאט]]ן צוליבן אויסרייד אז מען האט נישט אויסגעצאלט די גאנצע צוגעזאגטע געלט, און עס האט 2 מאל געהייסן אז מ'פארקירעוועט דעם באן קיין אוישוויץ צו פארניכטונג, אבער נאך גאר אינטענסיווע פארהאנדלונגען און גרויסע געלטער וואס איז אפגעשיקט געווארן פון אמעריקע איז ר' יואל מיט די איבעריגע אידן אריבער דערקיין שווייץ אום כ"א כסלו תש"ה .
 
סאטמארער [[חסידים]] גלייבן אז די סיבה פארוואס קאסטנער האט אים מיטגענומען איז צוליב א [[חלום]] וואס קאסטנער'ס [[שווער]] האט געהאט וואס זיין [[מאמע]] קומט אים אין [[חלום]] אז אויב דער רבי וועט נישט זיין אויפן באן, וועט קיינער נישט איבערלעבן.{{מקור}}