אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "חיים קרייזווירטה"
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ ←משפחה |
געבורטסארט |
||
שורה 2:
== לעבנסגעשיכטע==
חיים קרייסווירטה איז געבוירן אין [[וואויניטש]], מערב-[[גאליציע]]
ער איז אנגעקומען אין דער ליטע וואו ער האט חתונה געהאט מיט מרת שרה,{{הערה|געבוירן אין [[קאוונע]]}} די טאכטער פון רבי [[אברהם גראדזינסקי]], דער [[משגיח]] פון דער [[סלאבאדקער ישיבה]] און מחבר פון "תורת אברהם" (דערמארדעט כ"ט תמוז תש"ד). אין ת"ש, ווען די [[נאצי]]ס זענען אריין אין [[פוילן]], האט מען אים ארויסגעפירט אין וואלד כדי צו שיסן אים. ווען דער נאצי האט אים געהאלטן ביי שיסן, האט ער געבעטן רשות צו דאווענען. ער האט געדאוונט צום אייבערשטן, "ראטעווע מיך בזכות מיין לערנען תורה, און טאמער דאס איז נישט גענוג, ראטעווע מיר פון טויט בזכות וואס איך האב געטון פאר ר' ישעיה'לע משנה".{{הערה|ר' ישעיה'לע משנה איז געווען א בלינדער עלטערער ייד, אן אייניקל פון רבי [[מרדכי פון קרעמניץ]]. ער איז אנגעקומען אין א ישיבה אין [[ווארשע]] פון [[ראוונע]]. די ישיבה האט נישט געהאט גענוג בעטן פאר די בחורים, אבער רבי חיים האט געהאט אן אייגענעם בעט זייענדיק א מגיד שיעור. ער האט זיין בעט אוועקגעגעבן צו ר' ישעיה'לע, און ער אליין האט געשלאפן א גאנץ יאר אויף דער קאלטער פאדלאגע.}} רבי חיים האט געווארט אויפן שאס, אבער דער דייטשער זעלנער האט געקווענקלט. "זעט, איך אויך האב א ווייב מיט קינדער אין דייטשלאנד. דו זעסט אויס אן ארדנטלעכער מענטש, און איך וויל נישט הרגענען אזא יונגן מענטש אצינד. כ'וועל שיסן צוויי מאל אין דער לופט כדי מ'זאל מיינען אז איך האב דיך געהרגעט, און דו אנטלויף וואס גיכער.{{הערה|[[משפחה (מאגאזין)|משפחה]], 11טן יאנואר 2012}}
|