אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "באבראווי קוט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 7:
דאָס דאָרף איז געגרינדעט געוואָרן אין 1807 דורך ייִדישע איבערוואַנדערער פון ווײַסרוסלאַנד. דאָס איז געווען איינע פון די ייִדישע לאַנדווירשאַפטלעכע קאָלאָניעס, וועלכע האָבן עקזיסטירט דעמאלט אין דער כערסאָנער גובערניע פון דער רוסלענדישער אימפּעריע. באַנאַנד מיט די ייִדן האָבן אין באָבראָווי קוט געלעבט דײַטשן. אין דער קאָלאָניע זײַנען געווען אַ ייִדישער [[בית מדרש|בית-מדרש]] און אַ דײַטשישע לוטעראַנישע קירכע. לויט די אָנגאַבן פונעם 1886טן יאָר זײַנען אין דער קאָלאָניע געווען 40 משפחות (206 נפשות). אין 1927 איז געגרינדעט געוואָרן דער קאַלינינדאָרפער יידישער אויטאָנאָמער ראַיאָן און באָבראָווי קוט איז אײַנגעשלאָסן געוואָרן אין זײַן באַשטאַנד. די ייִדישע באַפעלקערונג פון דער קאָלאָניע איז פאַרניכטעט געוואָרן בעת דער נאַציסטישער אָקופּאַציע, די אַרטיקע דײַטשן זײַנען דעפּאָרטירט געוואָרן דורך די סאָוועטישע מאַכט-אָרגאַנען. הײַנט-צו-טאָג איז באָבראָווי קוט באַפעלקערט איבערהויפּט מיט אוקראַיִנער.
 
לויט די אָנגאַבן פון דער אוקראַיִנישער פאַלקס-ציילונג פון 2001 האָט די באַפעלקערונג פונעם דאָרף באַטראַפן 605 נפשות, איבערהויפּט אוקראַינער. אין סוף 2014 האבן אין באבראווי קוט געוווינט צוויי יידן. עס האט זיך אפגעהיט א רואינירטע געביידע פונעם בית-מדרש. דער יידישער בית-עלמין איז פארניכטעט געווארן אינעם סאוועטישן פעריאד.
 
==באַוווּסטע פּערזאָנען פאַרבונדן מיט באָבראָווי קוט==