אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דוד משה שטיינבערג"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
{{יתום}}
ה[[חזן]] '''דוד משה שטיינבערג''' ([[ה'תר"ל]] - [[תש"ב]]) איז געווען פון די גרויסע [[חזנות|חזנים]] און [[קאמפאזיטאר]]ן אין דידער גאלדענעגאלדענער תקופה פון חזנות אין [[אמעריקע]] וואו ער איז כסדר אויפגעטרעטן צוזאמען מיט די גרויסע.
 
ער איז געווען א געוואלדיגער קאמפאזיטאר. עס איז פארהאן א רעקארדירונג וואו דער חזן [[יאסעלע ראזנבלאט]] זינגט זיינס א הערליכע "אבינו מלכינו גלה" אלס דועט מיט זיין ברודער לוי און מיט [[שמואל מאלאווסקי]].
 
ער איז געווען פון די געציילטע בארימטע חזנים אין יענעיענער תקופה וועלכע האבן געטראגן א פולע [[בארד]].
 
== ביאגראפיע ==
 
ער איז געבוירן אין יאר תר"ל אין דידער חזנישעחזנישער שטאט [[קעשענעוו|קישינעוו]], [[בעסאראביע]]. זיין פאטער ר' אברהם איז אויך געווען א בארימטער חזן מיט א שיינער שטימע און אלס קינד האט שוין '''משה'לע אברהם'ס''' אנגעפירט דעם טאטנ'ס כאר.
 
זיין טאטע האט געוואלט ער זאל בלייבן ביים לערנען, אבער די מנגנים אין קעשענאוו האבן געשריגן צו איהם געוואלד וואס ער לאזט נישט זיין געלונגענער זוהן ארויס אויף דער וועלט זיך משלים זיין מוזקאליש אין חזנות, ממילא האבן זיי צום סוף גע'פועל'ט ער זאל איהם שיקן זיך לערנען ביים בארימטן חזן [[זלמן ראזומני]] אין [[אדעס]].
שורה 16:
אייניגע יאהר נאכדעם איז ער גערופן געווארן קיין [[ווילנע]] איבערצונעמען דאס פלאץ פון [[גרשון סיראטא]] אין דער שטאדט שוהל, און דערנאך איז ער צוריק קיין אדעס אין דער גרויסער שוהל פאר דאפלט געהאלט וואו אין ווילנא. פערצן יאהר איז ער דארט געווען אויף דער שטעלע. אין דער צייט האט ער געשאפן פילע בארימטע קאמפאזיציעס און רעציטאטיוון וואס מען האט געזונגען איבער די גאנצע חזנישע וועלט, ביז די באלשוויקן האבן איבערגענומען דעם רעזשים האט ער געמוזט זיך לאזן קיין אמעריקע.
 
אויפן וועג האט ער זיך אפגעשטעלט אין [[לאנדאן]] וואו מ'האט איהם געגעבן גרויסע אָפערס, אבער ער איז שוין געווען געבונדן צו א קאנטראקט מיט א מענדזשמענטגעזעלשאפט אין [[ניו יארק]].
 
אין יאהר [[תרפ"א]] איז ער געקומען קיין אמעריקע וואו ער איז באלד אויפגענומען געווארן אין דער בריסקער שוהל אין [[נוארק]].
 
שפעהטערשפעטער האט ער געדינט אין דידער מאנטיפיורימאנטיפיארי שוהל אין די [[בראנקס]] און דערנאך אין וואודראו עוועניו [[באסטאן]].
 
אין 1932 ווען ער איז געווען אויף א קאנצערט טור אין לאנדאן, האט מען איהם באוויזן צו צוריק שלעפן קיין ווילנע, וועלכע איז שוין דאן געווען זעלבסטשטענדיגזעלבטשטענדיג, וואו ער איז געווען פאר פינעף יאהר. דערנאך איז ער צוריק קיין ניו יארק וואו ער איז געווען חזן ביז זיין פטירה אום ח' כסליו פון יאהר תש"ב אין עלטער פון זיבעציג יאהר.
 
== שטימע ==
שורה 42:
* כי לקח טוב
 
== וועבלינקוועבלינקען ==
* ביאגראפיע און קאמפאזיציעס [http://yiddishmusic.jewniverse.info/steinbergdavidmoshe/index.html ביאגראפיע און קאמפאזיציעס]
* זיין רעקארד דיסקאגראפיע ביי וויקטאר [http://adp.library.ucsb.edu/index.php/talent/detail/21346/Steinberg_David_Moshe_vocalist_tenor_vocal זיין רעקארד דיסקאגראפיע ביי וויקטאר]
* [http://archive.is/20121127043435/cantorcenter.blogspot.com/2010/05/cantor-david-moshe-steinberg-hamavir.html שטיינבערג זינגט המעביר בניו]