אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שווייץ"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 132:
== דעמאגראפיע ==
אומגעפער 8 מיליאן מענטשן וואוינען אין דער שווייץ. פון זיי רעדן 64% [[אלעמאניש]] (א דיאלעקט פון [[דייטשיש]], וואס די שווייצער רופן "שוויצער־דייטש") אלס מוטערשפראך, אין צפון־ און צענטראל־שווייץ. 19% פון דער באפעלקערונג רעדן [[פראנצויזיש]] ווי מוטערשפראך, אין דעם מערב טייל פונעם לאנד, און 8% רעדן [[איטאליעניש]], אינעם דרום טייל. נאר 1% פון די באוואוינער רעדן [[רומאנטש]], אן אלטע שפראך א ביסל ענלעך צו [[לאטיין]], אין דרום־מזרח פונעם לאנד.
 
=== אורבאניזאציע ===
ביז פאר 70 יאר האט די באפעלקערונג פון דער שווייץ געוואוינט בעיקר אין דערפער ארום דעם לאנד, אבער היינט וואוינען צוווישן צוויי דריטל און דריי פערטל פון דער גאנצער באפעלקערונג אין שטעט און שטעטלעך. דער שווייצער פלאטא האט א געדעכטע באפעלקערונג מיט אומגעפער 450 מענטשן א ק"מ<sup>2</sup>. די גרעסטע מעטראפאליטאנישע שטחים זענען [[ציריך]], [[גענף]]-[[לאזאן]], [[באזעל]] און [[בערן]].
 
=== יידן אין דער שווייץ ===
יידן האבן אנגעהויבן וואוינען אין דער שווייץ אין אנהייב פונעם 13טן יארהונדערט. אינעם 15טן יארהונדערט האט מען פארטריבן די יידן פון לאנד, און נאר אין דעם 17טן יארהונדערט האט מען זיי ווידעראמאל אריינגעלאזט. אין די 1850ער יארן איז געווען א שטארקע אימיגראציע פון [[דייטשלאנד]] און [[מזרח אייראפע]]. היינט וואוינען אין דער שווייץ 18,500 יידן; די גרעסטע געמיינדעס זענען אין [[ציריך]], [[באזעל]] און [[גענף]].
 
== קולטור ==