אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משה פרידמאן (גבאי)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
Fixed grammar
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל־אנווענדונג רעדאַקטירונג
שורה 3:
 
== פירער פון סאטמאר ==
אלס בחור האט ער געלערנט אין דער סאטמארער ישיבה אויף סאנז סטריט אין [[ברוקלין]], ווי ער איז געווען נאנט באפריינדעט מיט [[אליעזר קעסטענבוים]] און [[ברוך מרדכי אקערמאן]], היינט באקאנט אלץ פרידמאנ'ס וויכטיגע שטיצערס. ר' משה איז אויפגעוואקסן מיט דער מיינונג אז מ'דארף נעמען אן אגרעסיוון וועג ווען עס קומט צו פארטיידיגן די סאטמארער אינטערעסן. עס ווערט דערציילט אז ער האט אריינגעווארפן א [[פארווערטס]] טראק אין [[איסט ריווער]] ווייל עס האט געשריבן נעגאטיווע באשרייבנוגען אויף סאטמאר.
 
אלץ גאר א אינגער יונגערמאן אין עלטער פון עטליכע צוואנציג יאר, האט אים דער [[סאטמאר (הויף)|סאטמארער]] רבי אויסגעקליבן אלס גבאי. צוליב זיין נאנטקייט צום סאטמארער רבי האט ער באקומען א מאכטפולע השפעה אויפ'ן אלוועלטליכן סאטמארער [[חסידות]]. ביי זיינע יארען איז חסידות סאטמאר שטארק געוואסען, אבער מיט דער צייט האבן זיך געשאפן קעגן אים פילע קעגנערס וואס האבן געטענה'ט אז ער פירט אן די קהלה מיט א שטייפע האנט, און באנוצט זיך מיט בייזוויליגע מעטאדן אויף איינצופירן זיין ווילן. ער האט איבערגעלעבט א אטענטאט אויף זיין לעבן ווען ער איז געווארן איבערגעפארן מיט א קאר געפירט דורך [[אייזיק לעפקאוויטש]], אין וועלכן ער איז קריטיש פארוואונדעט געווארן.