אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סי געיט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 2:
איז א געגנט אין [[ברוקלין]] [[ניו יארק]], עס וואוינען דארט 5000 מענטשען און עס איז פארהאן 2000 דירות, עס געפונט זיך ביים מעריב-דרום ווינקעל פון ברוקלין און עס טוט זיך גרעניצען מיט קאני איילענד צו מזרח.
 
''' סי געיט''' איז געבויט געווארען אויפן ארט וועלכעס איז און די מיטעלע 1800 אנגערופען געווארען Norton's Point אדער West Brighton ווי די מאכטפולע פאליטישע קרופטירטע ארגענעזאציע Tammany Hall האבען אויפגעשטעלט [[שאַנדהויז|בתי]] [[זונות]] און דארט האט זיך אויסבאהלטען זייער פירער דער געוועזענער קנגרעסמאן William Marcy Tweed וועלכער איז אנטלאפען פון א מאנהעטן תפיסה, פון דארט האט ער געכאפט א שיף קיין קובא. אין 1892 האט מען פארקויפט דאס פלאץ און אויפגעשטעלט א Yacht Club - וועלכער איז פארברענט געווארן אין די 30' יארען - און א פארוויילונגס ארט פאר רייכע אריסטעקראטען, דאמאלטס איז געבויט געווארען גרויסע פאלאצען און האטעלען דעזיינט דורוך בארימטע ארכיטעקן, אין 1899 האבען די פולע נייע היים איינגעטומערס זיך צונויגענומעןצונויפגענומען און באשטימט אאן אסאציאציע (Association) וועלכע זאל זיי פארטרעטן און איר א נאמען געגעבען "די סי געיט אסאציאציע". במשך די 30' יארען ווען עס האט געהערשט די דעפרעסיע אין אמעריקע האט סי געיט פארלוירען איר חן די רייכע לייט זענען פארשווינדען געווארען און די אלע גרויסע פאלאצען זענען צוטיילט געווארען פאר מערערע דירות ווי די מיטעל קלאס מענטשען האבען זיך באזעצט.
 
אין די 40' יארען ווען עס האט געהערשט דער צווייטער וועלט מלחמה האט מען זיך אין אמעריקע געשראקען פון א פלוצלינגע באמבאדירונג מצד די דייטשע לופט כוחעס, האט מען דאמאלט אויפגעבויט אנטי-ערקרעפט anti aircraft באזעס אויפן ים בארטען פון סי געיט. די איבערבלייבענישען פון די אנטי-ערקרעפט איינריכטען איז געווען מערגבאר ביז אינמיטן די 90' יארען ווען די us army corps of engineers האט באשאטן דער ים בארטען מיט טויזענטער טאנען פון זאמד און באגראבען אלזדינג צוליב א גרויסער פארפלייצונג וועלכער האט אומגעווארפען א הויז און געטון שאדען צו מערערע אנדערע הייזער.
 
 
 
 
סי געיט טוט ביז היינט פונקצואנירען ווי א זעלבשטענדיגע פריוואטער שטאט מיט אן אייגענע [[פאליציי]] דעפארטמענט וועלכע איז דער עלצטער פאליציי דעפארטמענט אין ברוקלין, סי געיט איז באשיצט מיט א הויעכער צוים פון מזרח זייט - וועלכער האט 2 טוירען ווי די פארקער פון מענטשען און אטומאבילען קומען אריין - און מיט'ן ים פון דריי, די גאסען און פארקס זענען די אייגענטום פון די סי געיט אסאציאציע וועלכע זענען די פארשטייערס פון די 820 היים איינגעטומער. די אסאציאציע באשטייט פון 21 ערוועלטע איינוואוינער, וואלען קומט פאָר א יעדערס יאר אויף 7 פון די 21 בענקלעך, צו וועלען אדער צו ווערן געוועלט מיז מען זיין אן היים איינגעטומער, דער אסאציאציע באשטימט אויך א [[פרעזידענט]] און א ווייס פרעזידענט פון ציווישען אירע מיטגלידער.