אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שווייץ"

837 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 5 יאָר
 
די שווייץ באדעקט א שטח פון 41,285 ק"מ² איבער די צפון אן דרום זייטן פון די [[אלפן]]; 60% פונעם שטח פון דער שווייץ געפינט זיך ביי די אלפן, אין צענטער און דרום פון לאנד. די שטעט און שטעטלעך זענען מערסטנס אין צפון. די באפעלקערונג פונעם לאנד איז אומעגעפער 7.9 מיליאן, וואס גיט א [[באפעלקערונג ענגקייט]] פון 190 מענטשן אין א ק"מ². דער גרעסטער קאנטאן, [[גראבונדן]], וואס ליגט אינגאנצן אין די אלפן האט א באפעלקערונג ענגקייט פון נאר 27 מענטשן אין א ק"מ².
 
די שווייץ ליגט צווישן די גארטל־ליניעס 45° און 48° N (צפון), און [[געאגראפישע לענג|לענג]] 5° און 11° E (מזרח). זי אנטהאלט דריי טאפאגראפישע שטחים: די [[שווייצער אלפן]] צו דרום, דאס [[שווייצער מיטללאנד]], און די [[זשורא]] בערג אין צפון. די אלפן זענען א הויכע בארגקייט וואס ליגן אריבער דעם צענטראל־דרום טייל פונעם לאנד און נעמען אריין אומגעפער 60% פונעם גאנצן שטח פונעם לאנד. אין די הויכע טאלן פון די שווייצער אלפן געפינען זיך א סך [[גלעטשער]]ס, וואס באדעקן אינגאנצן א שטח פון 1,063 ק"מ².
 
די [[ריין (טייך)|ריין]] און [[רהאן]] טייכן הייבן אן אין די שווייצער בערג. די גרעסטע אזערעס אין דער שווייץ זענען [[גענף אזערע]], [[קאנסטאנץ אזערע]], [[ציריך אזערע]] און [[ניישאטעל אזערע]].
75,856

רעדאקטירונגען