אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ראמעא און יוליא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ בוט: קישור לערך מומלץ עבור pt:Romeu e Julieta
אין תקציר עריכה
שורה 4:
דער שוישפיל איז נאך יידיש איבערגעזעצט געווארן דורך דוד משה הרמאלין אין [[ה'תרנ"ד]], און ערשט געשפילט אם [[י"ג אלול]] דעמזעלבן יאר, אויף די בינע דעס "טאליא טעאטער", [[ניו יארק]], מיט קעני ליפצין אלץ יוליא און באריס טאמאשעווסקי אלץ ראמעא.<ref>Joel Berkowitz. '''Shakespeare on the American Yiddish Stage'''. University of Iowa Press, 2005. זייטה 141.</ref> "ראָמעאָ און יוליאַ" האט אינספירירט א סך [[קינסטלער]] פון פארשיידענע פעלדער צו שאפן [[פארשטעלונג]]ען, [[פילם|פילמען]], [[מוזיק]], [[טאנץ|טענץ]] און נאך. אין סוף פֿון תש"ע איז אַרױס אַ ייִדיש־שפּראַכיקע װערסיע פֿונעם פֿילם מיטן נאָמען "ראָמעאָ און יוליאַ אויף יידיש" ("Romeo and Juliet in Yiddish").
 
די געשיכטע דערציילט פון ראמעא מאנטאגיו און יוליא קאפולעט, א יונגערמאן און א מיידל וואס וווינען אים וועראנא, [[איטאליע]]. זייערע משפחות קעמפן מיט אנאנד. ראמעא און יוליא טרעפן זיך ביי צופאל און ווערן פארליבט. זייערע קרובים זינד נישט צופרידן, אבער די ביידע האבן א היימליכע חתונה און דערציילן קיינעם נישט. יוליא'ס פעטער, טיבאלט, רופט ראמעא אויס צום צווייקאמף. ראמעא זאגט אפ, אבער זיין חבר מערקוציא נעמט אן די פארבעטונג; טיבאלט הארגעט אים. ראמעא איז געערגערט און טויטעט טיבאלט. ער איז געפאנגען און מוז גיין אין גלות. יוליא'ס טאטע, וואס ווייסט נישט ווער זי איז ראמעא'ס ווייב, טרעפט פאר איר א חתן און וויל זי הייראטן. אום דאס צו פארמיידן, טרינקט זי א שטארקע שלאפן רפואה וואס מאכט זי שיינן אויס ווי א לייכע פאר צוויי טעג. זי שיקט א בריוו צו ראמעא, און שרייבט ער זאל קעמן צו איר קבר און נעמען איר ווען זי וועקט אויף. ער באקומט די בריוו אבער נישט, און גלויבט זי איז געשטארבן. ער קומט צו דעם קבר און טוט זעלבסטמארד. ווען יוליא וואכט אויף און פארשטייט וואס האט פאסירט, טוט זי דאס אויך.
 
==יידישע איבערזעצונגן==
*י. גאלדבערג, '''ראמעא אונ זשוליעטע : טראגעדיע אינ 5 אקטנ''', מעלוכע־פארלאג פונ ווייסרוסלאנד, נאצסעקטער, ה'תרצ"ה.
 
== קוואלן ==