אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "כנען (מיטל־עלטערישע לענדער)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
וויקילינקן
 
שורה 1:
'''כנענים''' זיינען געווען אַ קיבוץ [[יידן]], וואָס האָבן געוווינט אין סלאַווישע לענדער אין [[מיטל־אַלטער]], פאַרן אָנקום פון [[אשכנזים]], און האָבן גערעדט [[כנעניש]], א [[סלאווישע שפראכן|סלאַווישע שפּראַכןשפּראַך]]. די דאָזיקע לענדער האָבן באַקומען דעם נאָמען "'''כנען'''" אין דער יעמאָלטיקער ליטעראַטור. דער כנענישער שטח האָט געגרענעצט מיט [[אשכנז]] אויף מערב און [[יוון]] (די געגנט פון [[ביזאַנץביזאנטישע אימפעריע|ביזאנטישע]] יידן) אויף דרום, און האָט צוויי חלקים: מזרח כנען און דער מערב כנען. אַלע כנענים זיינען אַסימילירט געוואָןגעוואָרן דורך [[אשכנזים]].
 
== די ליטעראַרישע מקורות ==
שורה 7:
ביז היינטיקן טאָג איז עס ניט קלאָר פון וואַנעט זיינען די כנענישע יידן אָנגעקומען אין סלאַווישע לענדער. אַפילו די גענעטישע שייכות צווישן מערב און מזרח כנען זיינען ניט קלאָר. פריער האָט מען געטענהט, אַז די כנענים שטעלן מיט זיך פאָר אַ כוואַליע אימיגראַנטן פון מערב — פון אשכנז, וואָס שפּעטער צו זיינען געווען אַריבער אויף סלאַווישע לשונות. פאָרשונגען פון דער לעצטער צייט האָבן אָנגעוויזן, אַז לפּחות מזרח כנענים האָבן בפירושע שייכות צו ביזאַנטישע יידן.<ref name=Kulik08b/><ref name=Kulik11/>
 
די צאָל כנענים איז געווען גאָר ווינציק. לויט איינער אַ [[פאָלקסציילונג]] אין 16טן י.ה. האָבן אין מזרח געוואוינט בערך עטלעכע הונדערטער משפּחות. די אַבסאָרבציעאַבסאָרפציע פון אָרטיקע יידן דורך אשכנזים האָט זיך אָנגעהויבן פריער אין מערב כנען, אַזוי אַז אין 16טן י.ה. איז די קהילה דורכויס געווען אשכנזישעאשכנזיש. די מיגראַציע פון אשכנזים אין מזרח כנען האָט אָנגעהויבן שפּעטער, אין 15—16 י.ה. און געמישטע קהילות פון כנענים און די נייערע אימיגראַנטן זיינען באַוואוסט ביזן ערשטן טייל 17טן י.ה.<ref name=Beider01/>
 
== די כנענישע שפּראַכן ==
די כנענים האָבן גערעדט משמעות [[סלאַווישע שפּראַכן]]. אין מערבדיקן כנען איז די שפּראַך געווען באַזירט אויף [[טשעכיש]], אַז עס ווייזן אויף די וויכטיקסטע [[גלאָסע]]ס אין די טעקסטן פון [[אור זרוע]] און [[ערוגות בושם]] פון 13טן יאָרהונדערט און אויך אין [[רש״י]]<ref name=Jakobson85/>. אין די דאָזיקע מקורות און אין אַנדערע טעקסטן שטאַמענדיקע פון [[בעמןבעהמען]] איז פאַרשפּרייט די פאָרמולע "בלשוננו לשון כנען", וואָס מאַכט קלאָר אַז דאָס איז געווען זייער טאָגטעגלעכע שפּראַך. אָטאָ די גלאָסעס זיינען פון די פריערסטע טעקסטן אויף דער [[טשעכיש]]ער שפּראַך, אַן אמתער אוצר פאַר די פאָרשער פון טשעכיש, הגם מ׳ווייס גענוי ניט, צי ס׳זיינען דאָ געווען חילוקים צווישן די לשונות פון יידן און גויים<ref name=Weinreich56/>.
 
== הברה ==