אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "לונג"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
 
שורה 6:
די לופט קומט אריין אין נאז אדער דעם מויל, און גייט דורכן [[פארינקס]], [[שטימע קעסטל]], [[לופטרער]] און ווייטער צו די [[בראנכן]], די דינע [[בראנכיאלן]] (בראנכרערלעך) און ענדלעך צו די [[אלוועאלן|לונגען־בלעזלעך]] וואו דער זויערשטאף און קארבאן דיאקסייד ווערן געטוישט.
 
אין קורצן זענען די לונגען א פילטער סיסטעם וועלכע ציט אריין לופט פון אינדרויסן און און שיקט אריין אינעם קערפער נאר [[אקסיגען]] ווען אין דער זעלבער צייט רייניגט דאס אויס דאָס [[בלוט]] פון [[קארבאן דיאקסייד]]. אין דעם ארטיקל וועלן מיר נענטער באטראכטן ווי אזוי די לונגען מאכן זיכער אז דער קערפער באקומט גענוג אקסיגען סופלייפארזארגונג און וויאזוי עס ווערט פטור פון [[קארבאן]] דיאקסייד. מיר וועלן באטראכטן פראבלעמען וועלכע קענען אונטער קומען מיט די לונגען און פארוואס מען קען נישט פארהאלטן דעם אטעם. צום לעצט וועלן מיר זען פארוואס מען [[שליקער]]צט און מען [[הוסט]].
 
 
שורה 18:
טייל מענטשן האבן א טעות אז ווען די דיאפראגמע גייט אראפ רוקט זיך די לונגען אויך אראפ צו מאכן מער פלאץ. אין פאקט ווען די דיאפראגמע רוקט זיך אראפ גייען די מוסקלען פון די לונגען ארויף און די לונגען זעלבסט פארברייטערן זיך צו אלע זייטן ווי א באלון וועלכע בלאזט זיך אויף.
מיט דעם קען מען גרינג פארשטיין פארוואס מענטשן קענען נישט אטעמען אין דעם [[קאָסמאָס]]. זינט עס איז פאראן אן אנדערע לופט־דרוק ווי אויף דער ערד וועט עס נישט מיטשפילן מיט די לונגען־סיסטעם און דער מענטש וועט נישט באקומען גענוג לופט און ווען די לונגען וועלן שוין יא זיין פיל וועט די לופט נישט גענוג שנעל ארויסגיין. אויסער דעם איז די לופט אין דעם קאסמאס צוזאמענגעשטעלט פון אנדערע באשטאנדטיילן ווי דא אונטן אויף די ערד און עס איז נישט פאראן גענוג אקסיגען לויט די סופלייפארזארגונג וועלכע דער קערפער פארלאנגט.
 
ווען לופט גייט אריין אין די רערן ווערט עס אויטאמאטיש צעטיילט צו ביידע לונגען וואו עס גייט אריין ווייטער אין קלענערע רערן ביז עס דעגרייכט טיף אריין אין גאר קליינע זעקלעך וועלכע ווערן גערופן די אלוויעליי און דארט פאסירט די [[כעמיקאל]]ע עקטשעינדזש (אויפטויש) ווי מיר וועלן באלד זען. אקסיגען איז א וויכטיגע סופלייפארזארגונג פאר די בלוט וועלכע אפערירט אלע מוסקלן פון דעם קערפער. די [[הארץ]] פאמפט דאס בלוט ארום דעם קערפער און אלע בלוט צירקולירט ארום און ארום דעם קערפער זייער שנעל און קומט צוריק צום הארץ ווען עס ווערט געשיקט צו די לונגען וואו עס נעמט אויף אקסיגען און פליסט צוריק אריין אין הארץ און פון דארט ווייטער ארויס צום גאַנצן קערפער. אבער אין דער זעלבער צייט וועט דאָס בלוט אויך איבערגעבן איר קארבאן דיאקסייד וועלכע זי האט אויפגענומען ארום און ארום דעם קערפער און די לונגען וועלן דאס ארויסשיקן צו די אטמאספערע די נעקסטע מאל ווען עס וועט ארויסבלאזן זיין לופט.
 
אין אנדערע ווערטער איז טייטש אז עס פאסירט א כעמיקאלע עקסטשעינדזש (אויפטויש) יעדעס מאל א טראפן בלוט באגעגענט זיך מיט אקסיגען אין די לונגען. דאָס בלוט נעמט אויף אקסיגען און אין דער זעלבער צייט גיט עס איבער קארבאן דיאקסייד און פלוסט צוריק אריין אין הארץ מיט פרישן אקסיגען, ריין פון קארבאן דיאקסייד. די כעמיקאלע טויש פאסירט אין עטליכע מילי סעקונדן ווען אין דער זעלבער צייט זענען די לונגען אויך פארנומען ארויסטראגן די גענוצטע לופט און אריינברענגן פרישע לופט. קומט אויס אז די לונגען זענען פארנומען מאכן אימפארט-עקספארט און טיף אין זייערע ווערהאוזעס ווערט געטאן וויכטיגע ארבעט וואו די נייע שיפמענטס ווערן איבערגעגעבן פאר דעם בלוט און די אלטע סחורה וועלכע קומט צוריק ווערט צוגעגרייט צו עקספארטירט ווערן מיט די נעקסטע שיפמענט.
שורה 26:
== עס אטעמט זיך ==
 
מען דארף נישט געדענקן צו אטעמען פונקט ווי מען דארף נישט געדענקן צו בלינקן די אויגן ווייל עס פאסירט אויטאמאטיש. דער קערפער פארמאגט א נערוון סיסטעם וועלכע איז קאנטראלירט דורך א צענטראלע סופער-קאמפיוטער וועלכע איז דער מוח פון וואו עס ווערט ארויסגעשיקט סיגנאלן צו יעדע ארגאן וואס צו טאן און ווען צו טאן. אן אטעם הייבט זיך אן ווען די דיאפראגמע רוקט זיך אראפ און שיקט די מוסקלן פון די לונגען ארויף און עס ווערט געשאפן מער פלאץ פאר דער לופט אין די לונגען. פון דארט פאסירט שוין אלעס אויטאמאטיש וואו מיר האבן פריער עקלערט געבויט אויף גראוויטי און כעמיקאלע עפעקטן. אבער ווער זאגט די דיאפראגמע ווען צו מאכן די נעקסטע איינציאונג און אויסציאונג? דאס ווערט סיגנאליזירט דורך דעם מוח וועלכע מאכט זיכער אז דער קערפער באקומט אירע סופלייעןפארזארגונגען.
 
דער מענטש קען אליינס אויך קאנטראלירן זיין אטעמען אויב ער וויל און עס וועט נישט שאטן. דאס קען אמאל אויספעלן אויב מען איז זייער איבערגעשטרענגט און דאס אטעמען גייט זייער שנעל און מען וויל דאס אפשטילן. די עצה איז צו מאכן לאנגע און טיפע אטעמען וואס העלפט באלאנסירן די [[אטעם-סיסטעם]] דורכדעם וואס עס איז פאראן מער צייט פאר די אקסיגען און קארבאן דיאקסייד צו מאכן זייערע אויפטוישן און דער נערוון סיסטעם וועט מער נישט פארלאנגן אזויפיל אטעמען איינמאל מען לייגט עס צוריק אויף אויטאמאטיש.
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/לונג"